מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, האָב איך באַשלאָסן צו קויפֿן דעם ספֿר „גיא חזיון‟ פֿונעם איטאַליענישן מקובל הרבֿ אַבֿרהם יגל. דער דאָזיקער גאָר אָריגינעלער ספֿר, אַ יקר־המציאות, איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן דורכן „מרכּז זלמן שזר‟ אינעם יאָר 1997, מיט אַ לאַנגער הקדמה און אַ פּירוש פֿון פּראָפֿ׳ דוד רודערמאַן, אַ באַקאַנטער אַמעריקאַנער קבלה־פֿאָרשער און היסטאָריקער פֿונעם פּענסילוועניע־אוניווערסיטעט.
די איינציקע אַמעריקאַנער וועבזײַט, וווּ מיר האָט זיך אײַנגעגעבן צו געפֿינען דעם ספֿר, איז געווען דער פֿאַרלאַג „Lulu.com‟, וווּ ס׳איז געשטאַנען געשריבן, אַז „גיא חזיון‟ איז טאַקע פּובליקירט געוואָרן דורכן „מרכּז זלמן שזר‟, אָבער דעם 29סטן אָקטאָבער, 2013. איך האָב זיך משער געווען, אַז די וועבזײַט האָט געמאַכט אַ טעות און באַשטעלט דעם ספֿר, וווּ עס ווערט אָנגעגעבן דאָס יאָר 1997. באַלד האָב איך אָבער באַמערקט, אַז די אותיות זענען צעשווענקט און אויף ביידע זײַטן פֿון דער הילע געפֿינט זיך אַ מאָדנער פֿיר־עק פֿון שוואַרצע ליניעס. אַ פֿאָטאָ־קאָפּיע!
דער סוד באַשטייט אין דעם, וואָס די פֿירמע „לולו‟ דרוקט כּסדר איבער פֿאַרשיידענע ביכער, בהסכּם מיט די אָריגינעלע פֿאַרלעגער, אַרײַנגערעכנט אַ פּאָר טוץ אויסגאַבעס פֿונעם „מרכּז זלמן שזר‟. עס וואָלט אָבער געווען אָרנטלעכער צו דערקלערן דײַטלעך אויף דער וועבזײַט, אַז די ביכער זענען איבערגעדרוקט. די קוואַליטעט פֿון פֿאָטאָ־קאָפּיעס איז דאָך נישט די זעלבע, ווי דער אָריגינאַל.
מילא. בלויז צוויי כּתבֿ־ידן פֿון „גיא חזיון‟ זענען אָפּגעהיט געוואָרן: דער ערשטער — ס׳זעט אויס, פֿונעם מחבר אַליין — געפֿינט זיך אינעם אַמעריקאַנער „העברעיִשן יוניאָן־קאָלעדזש‟; דער צווייטער — אין דער בריטישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק. אינעם יאָר 1880 איז אין אַלעקסאַנדריע, עגיפּטן, אָפּגעדרוקט געוואָרן דער ערשטער חלק פֿונעם ספֿר. די הײַנטצײַטיקע אויסגאַבע פֿון „גיא חזיון‟ נעמט אין באַטראַכט אַלע דרײַ אָפּגעהיטע קוואַלן.
הרבֿ אַבֿרהם בן חנניה יגל (1553—1624) איז געווען אַ דאָקטער, אַ פֿילאָסאָף און אַ מקובל — אַן עכטער כּל־בוניק פֿונעם איטאַליענישן רענעסאַנס. אין דער ייִדישער וועלט איז צום מערסטן באַקאַנט זײַן מוסר־ספֿר „לקח טובֿ‟; דער באַרימטער מקובל ישעיה האָראָוויץ (דער של״ה) ציטירט עס אין זײַן ווערק „שני לוחות הברית‟; דער אַמסטערדאַמער ייִד יעקבֿ טרעוועס האָט עס איבערגעזעצט אויף ייִדיש. דעם קליינעם קונטרס „אשת־חיל‟ האָט יגל געווידמעט דער שוועסטער פֿון זײַן ידיד, דער באַרימטער מקובל מנחם־עזריה (רמ״ע) מפּאַנו.
יגלס ערשטער ספֿר, „גיא חזיון‟ — „דער טאָל פֿון וויזיעס‟, איז די סאַמע אינטערעסאַנטסטע צווישן זײַנע ווערק. זײַענדיק אַ יונגערמאַן, האָט ער פֿאַרלוירן דעם טאַטן און אַוועקגעפֿאָרן אין דער שטאָט לוצאַרע, וווּ מע האָט אים אײַנגעזעצט אין דער שטאָטישער טורמע נאָך אַ ירושה־סיכסוך. זיצנדיק דאָרטן, האָט ער אָנגעשריבן אַן אוניקאַלן מיסטישן טעקטס, וווּ אויטאָביאָגראַפֿישע נאָטיצן ווערן אויסגעמישט מיט דערציילונגען וועגן הימלישע וויזיעס, קבלה, פֿילאָסאָפֿיע, מוסר־געדאַנקען און וויסנשאַפֿט.
„גיא חזיון‟ שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ דיאַלאָג מיט זײַן טאַטן. במשך פֿון צוויי נעכט, ווי יגל דערציילט אין זײַן ספֿר, האָט ער אײַנגעדרימלט און מיטגעפֿלויגן מיט זײַן טאַטנס נשמה אין די הימלישע וועלטן. די נסיעה, בפֿרט די ראָמאַנטיש־מיסטישע „צווייטע נאַכט‟, קאָן פֿאַרגליכן ווערן מיט רבי נחמן בראַצלעווערס „סיפּורי־מעשׂיות‟. אין פֿאַרגלײַך מיט רבי נחמנס מיזרח־אייראָפּעיִשן פֿאָלקישן גײַסט, האָבן יגלס חזיונות אָבער אַ בפֿירוש מערבֿדיקן רענעסאַנס־טעם.
אויפֿן וועג, דערציילט יגל דעם טאַטן וועגן זײַנע צרות מיט די שׂונאים, וועלכע האָבן בײַ אים צוגעגנבֿעט דאָס גאַנצע פֿאַרמעגן. יגל האָט אַמאָל פֿאַרבעטן אַ נישט־ייִדישן פֿרײַנד אויף אַ סעודה; די קריסטלעכע מאַכט האָט אָבער פֿאַרווערט די קריסטן צו עסן צוזאַמען מיט ייִדן. די זעלבע ייִדישע משפּחה אַלמאַדזשיאַטי, וועלכע האָט אים באַשווינדלט, האָט אים דערצו געמסרט; אַזוי איז ער אַרײַן אין תּפֿיסה.
[…]
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/174661/mother-yiddish-and-italian-kabbalah/#ixzz2nsGFITWD