Morris Winchevsky in Soviet Russia

630 432 Jewish Website

ווער געדענקט הײַנט דעם נאָמען פֿון דעם ייִדישן דיכטער מאָריס ווינטשעווסקי?  דער ענטפֿער איז: געציילטע מענטשן, ס’רובֿ פֿון זיי, גלייב איך, זײַנען אָדער  לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟, אָדער געהערן צו דער סבֿיבֿה פֿון  „ווינטשעווסקי-צענטער‟ אין טאָראָנטאָ, אָדער ביידע זאַכן צוזאַמען. באַקאַנט איז  ער אויך די אַקאַדעמיקער, וועלכע באַשעפֿטיקן זיך מיט ייִדישער ליטעראַטור און  געשיכטע.

אַ מאָל, אָבער, איז ווינטשעווסקי געווען אַ געוואַלדיק פּאָפּולערע פֿיגור אין  דער ייִדישער סאָציאַליסטישער באַוועגונג. אים האָט מען דאָך געהאַלטן פֿאַרן זיידן  פֿון דער פּראָלעטאַרישער ליטעראַטור סײַ אויף העברעיִש, סײַ אויף ייִדיש. אַ  לענגערע צײַט האָט ווינטשעווסקי געאַרבעט אין „פֿאָרווערטס‟, אָבער דערנאָך האָט ער  זיך ניט צונויפֿגעאַרבעט מיט אַב. קאַהאַנען. אַ חשובֿ אָרט האָט ער פֿאַרנומען אין  דער קאָמוניסטישער צײַטונג „פֿרײַהייט‟.

דעם 11טן מײַ 1924 האָט זיך אין דעם ניו-יאָרקער „סענטראַל אָפּעראַ האַוס‟  צונויפֿגעקליבן אַן עולם פֿון דרײַ טויזנט נפֿשות צו באַגלייטן ווינטשעווסקין אין  זײַן נסיעה קיין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. דער וועג איז געווען אַ לאַנגער, דער דיכטער  האָט זיך אָפּגעשטעלט אין בערלין און ריגע. איך ברענג ווײַטער אַ פּאָר אויסצוגן  פֿונעם באַריכט וועגן ווינטשעווסקיס אָנקומען קיין מאָסקווע, געדרוקט אין דער  צענטראַלער סאָוועטישער ייִדישער צײַטונג „אמת‟ (אָדער, אין סאָוועטישן אויסלייג,  „עמעס‟:

ווי אונטער אַ חופּה פֿירט מען דעם וועטעראַן פֿון דער ייִדישער  אַרבעטער-באַוועגונג אונטער אַ רויטער פֿאָן. בײַם וואָקזאַל אויפֿן פּלאַץ  באַגעגענען אים אין רייען געשלאָסענע סטודענטן פֿון מערבֿ-אוניווערסיטעט מיט אַ  הילכיקן געזאַנג פֿונעם „אינטערנאַציאָנאַל‟. דער עולם וואַקסט און רינגלט אַרום  דעם זיידן און ער קלײַבט נחת פֿון זײַנע אייניקלעך.

ווינטשעווסקין האָבן באַגריסט פֿאָרשטייער פֿון אַ גרויסער צאָל  אָרגאַניזאַציעס. און צום סוף, האָט גערעדט משה ליטוואַקאָוו, דער רעדאַקטאָר פֿון  „אמת‟. ער האָט, בפֿרט, געזאָגט:

אַ תּלמודישע לעגענדע דערציילט וועגן איינעם חוני המעגל, וועלכער איז  אַנטשלאָפֿן געוואָרן אויף גאַנצע 70 יאָר, און דערנאָך, זיך אויפֿכאַפּנדיק האָט  ער דערזען, אַז די וועלט איז גאָר אַן אַנדערע געוואָרן, האָט ער באַשלאָסן ווידער  שטאַרבן. איר, חבֿר ווינטשעווסקי, האָט נאָך 70 יאָר אויך דערזען אַ נײַע וועלט,  אָבער איר האָט געפֿונען אין זיך גענוג יוגנט פֿאַר מיטצולעבן מיט איר.

[…]

Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/vayter/174893/morris-winchevsky-in-soviet-russia/#ixzz2nsHF1xnN

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website