Yiddish Weekend in Mexico

630 473 Jewish Website

אין אַ הײסן נאָכמיטאָג, דעם 7טן מערץ, האָבן זיך פֿאַרזאַמלט 26 מענטשן אויפֿן  פּאַרקירפּלאַץ פֿון אַ ייִדישער שול אין אַ געגנט הינטער מעקסיקע-שטאָט. אין  אױטאָבוס האָבן זיך אויסגעזעצט אַלע, סײַ דאָקטױרים, סײַ לערערקעס פֿון די  אַמאָליקע מעקסיקאַנער ייִדישע שולן, סײַ אַ פּאָר גראַדויִר-סטודענטן פֿון מעקסיקע  און די פֿאַראײניקטע שטאַטן. דער צװעק: אַ ייִדישער סוף-װאָך װײַט פֿון דער  פֿאַרהאַװעטער מעקסיקאַנער הױפּטשטאָט, אין דער רויִקער קוראָרט-שטאָט איקסטאַפּאַן  דע לאַ סאַל; אַ רײַזע פֿון אַ פּאָר שעה איבער די בערג קײן דורם-מערבֿ. דאָרטן,  צװישן די װאַרעמבעדער און די כאַקאַראַנדע-בלומען, האָט מען פּלאַנירט דורכפֿירן  אַן אינהאַלטרײַכע פּראָגראַם — כּמעט אין גאַנצן אױף ייִדיש.

נאָכן קידוש און דער שבתדיקער סעודה האָט יעדער געזאָגט אַ פּאָר ווערטער וועגן  זיך, כּדי מע זאָל זיך באַקענען איינער מיטן צווייטן. שפּעטער האָט מען געזען „צו  זינגען און צו לאַכן“, אַ קאָמישן ווידעאָ, און דערנאָך — זיך געלייגט שלאָפֿן. שבת  אין דער פֿרי האָט מען אַנאַליזירט דאָס ליד פֿון אַבֿרהם סוצקעווער „יִידישע  גאַס“, ווי אויך אַנדערע לידער, און אַלע אָנטיילנעמער האָבן הייס דיסקוטירט, ווי  אַזוי די מעקסיקאַנער ייִדישע קהילה האָט זיך אויפֿגעפֿירט בעתן חורבן.

אין אָוונט האָט מאָטל טײַפֿעלד פּרעזענטירט זײַן ווידעאָ „אַ וועלט וואָס איז  ניטאָ מער“, און נאָך אַ מאָל אַ קאָמישן ווידעאָ פֿון ישׂראל. אַלע זײַנען געווען  זייער פֿאַרוווּנדערט און צופֿרידן צו הערן דאָס באַרימטע מעקסיקאַנער ליד „בעסאַמע  מוטשאָ“ אויף יִידיש (פּאָלינאַס ווערסיע). בײַ נאַכט און בײַ אַן אומפֿאָרמעלן  קומזיץ האָט אַ מיטגליד פֿון „דער יִידישער שטוב“ גערעדט וועגן דער גרופּע און  וועגן אירע אַקטיוויטעטן פֿאַר דער יוגנט. אַנדערע האָבן דערציילט וויצן, זכרונות,  און די געשיכטעס פֿון זייערע נעמען.

זונטיק אין דער פֿרי האָט דער ייִדישער סוף־וואָך זיך געענדיקט מיט אַ מעשׂה  פֿון איציק מאַנגער און אַ געשמאַקער מעקסיקאַנער מאָלצײַט. אַ סך פֿון די  אומפֿאָרמעלע שמועסן זײַנען אויך געווען אויף ייִדיש.

דער סוף-װאָך (דעם 7טן ביזן 9טן מאַרץ) איז צושטאַנד געקומען, אַ דאַנק דער  צוזאַמענאַרבעט פֿון דעם איבעראָ־אַמעריקאַנער אוניװערסיטעט (אַ יעזויִטישע  אינסטיטוציע, װאָס שטיצט אָפֿט ייִדישע קולטורעלע אונטערנעמונגען) און דער  מעקסיקאַנער אַשכּנזישער קהילה. די פּראָפֿעסאָרין שלמית גאָלדשמיט-ברינדיס, וואָס  אָרגאַניזירט יאָרן לאַנג פֿאַרשײדענע אַקטיװיטעטן מיט אַ שײַכות צו ייִדיש, האָט  אָנגעפֿירט מיטן סוף-װאָך.

דאָס איז געווען דער צווייטער ייִדישער סוף-וואָך אין מעקסיקע. ביז 120!

Source: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/177268/#ixzz2wdxdIFHN

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website