ווי אַלע ייִדן איבער דער וועלט, האָט אויך די מאָסקווער ייִדישע קהילה געפּראַוועט פּורים. מע האָט געקענט הערן די „מגילה‟ אין מער ווי צענדליקער שילן אין מאָסקווע; אין דער גרויסער חב״ד־שול, נאָך אין עטלעכע שילן און אינעם נײַעם ייִדישן מוזיי האָט מען דורכגעפֿירט פּראָגראַמען פֿאַר קינדער מיט קאַרנעוואַלן, פֿאַרמעסטן און אַזוי ווײַטער.
די הויפּט־געשעעניש איז פֿאָרגעקומען שבת צו נאַכט — דער גרויסער יערלעכער קאָנצערט פֿון קלעזמער־מוזיק „ייִדיש־פֿעסט‟, וואָס ווערט דורכגעפֿירט שוין צום 10טן מאָל, און ווערט געשטיצט פֿון דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע, ייִדישער פֿעדעראַציע פֿון ניו־יאָרק, רוסישער ייִדישער אויטאָנאָמיע און דער פֿונדאַציע „דזשענעסיס‟. הײַיאָר האָט מען פֿאַרן קאָנצערט אויסגעקליבן אַ זאַל אין סאַמע צענטער פֿון מאָסקווע, אויפֿן געוועזענעם שטח פֿון דער פֿאַבריק „רויטער אָקטיאַבר‟, כּמעט אַנטקעגן דעם קרעמל. דער פֿעסטיוואַל האָט שוין אַ שטענדיקן עולם, און עס קומען ניט נאָר ייִדן.
דער קאָנצערט איז אַ טייל פֿונעם אַלגעמיינעם „ווידערגעבורט‟ פֿון דער קלעזמערישער מוזיק, און געוויינטלעך שפּילן אויפֿן „יידיש־פֿעסט‟ תּלמידים און חבֿרים פֿון מיישקע אַלפּערט און שוין תּלמידים פֿון זײַנע תּלמידים. דאָס יאָר זענען קיין מאָסקווע געקומען פֿרענק לאָנדאָן, דער באַרימטער טרומייטער פֿון אַמעריקע; דער אַמעריקאַנער קלאַרנעט־שפּילער מײַקל ווינאָגראַד; דער פֿידלער מאַרק קאָוונאַצקי, וואָס וווינט אין דײַטשלאַנד; פּסוי קאָראָלענקאָ, און די בענד־גרופּע „אָפּאַ‟. דעם עולם איז באַזונדערס שטאַרק געפֿעלן געוואָרן דער שוואַרצער חזן פֿון אַמעריקע דזשאָשואַ נעלסאָן, וואָס האָט איבערראַשט די צוהערער מיט זײַן קול און מיט זײַנע אינטערפּרעטאַציעס פֿון פֿאָלקס־מעלאָדיעס.
ווײַן „כּרמל‟ — אַמאָל אוון הײַנט
דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ האָט אָרגאַניזירט אַן אָוונט אונטערן נאָמען „די בערן און דער ווײַן‟. דער באַרימטער עטנאָגראַף און ליטעראַטור־פֿאָרשער פֿון סאַנקט־פּעטערבורג וואַלערי דימשיץ האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט פֿונעם כּשרן ווײַן „כּרמל‟: ווען און וווּ האָט זיך באַוויזן דער „ברענד‟? ווער און ווי אַזוי האָט מען פּראָדוצירט דעם ווײַן? וואָס האָבן געוווּסט וועגן דעם ישׂראלדיקן ווײַן די ייִדן אין תּחום־המושבֿ? ווי אַזוי האָט מען געליפֿערט דעם ווײַן קיין רוסלאַנד? און וווּ האָט מען אים פֿאַרקויפֿט?
דימשיץ האָט אַנאַליזירט אַ זײַטל פֿון „מנחם־מענדל־2‟ — דער סעריע פֿעליעטאָנען, וואָס שלום־עליכם האָט געדרוקט אין 1913 אין דער וואַרשעווער צײַטונג „הײַנט‟, וווּ ס‘איז אָפּגעשפּיגלט געוואָרן, וואָס מע האָט געוווּסט און געטראַכט וועגן דעם ווײַן אין די ייִדישע שטעטלעך. דער צווייטער העלד פֿונעם אָוונט איז געווען סאָמעליע וולאַד מיכנאָ, וואָס האָט דערציילט וועגן דער איצטיקער ווײַן־פּראָדוקציע פֿון „כּרמל‟ און דורכגעפֿירט אַ דעגוסטאַציע.
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/177239/news-from-moscow/#ixzz2xBZFLuWH