News from Paris

630 434 Jewish Website

זאָרג וועגן רעזולטאַטן פֿון דער עקסטרעם־רעכטער פּאַרטיי אין די מוניציפּאַלע  וואַלן

די טעמע וואָס באַשעפֿטיקט די פֿראַנצויזן צום מערסטן די וואָך זענען די  רעזולטאַטן פֿון דער ערשטער רונדע פֿון די שטאָטישע וואַלן, וואָס איז פֿאָרגעקומען  פֿאַראַכטטאָגן, און ספּעקולאַציעס וועגן דער צווייטער רונדע, וואָס דאַרף  פֿאָרקומען דעם זונטיק.

די הויפּט־זאָרג פֿון אַ סך פֿראַנצויזן, און דער עיקר פֿון ייִדן און אַנדערע  עטנישע מינאָריטעטן, זענען די הויכע רעזולטאַטן פֿון דער עקסטרעם־רעכטער פּאַרטיי  „פֿראָנט נאַסיאָנאַל‟. די רעזולטאַטן האָבן כּמעט אַלעמען איבערראַשט, מסתּמא  אַפֿילו די פּאַרטיי אַליין… אין אַ סך שטעט האָט זייער קאַנדידאַט באַקומען גענוג  שטימען כּדי אַריבערצוגיין צו דער צווייטער רונדע. אין דרום־פֿראַנקרײַך דער עיקר  זענען דאָ עטלעכע גרויסע שטעט, ווי למשל אַוויניאָן און מאַרסיי, וווּ זיי האָבן  באַקומען צווישן 20 און 30 פּראָצענט פֿון די שטימען, און אין אַ פּאָר ערטער האָבן  זיי אַפֿילו שוין געוווּנען די וואַלן גלײַך בײַ דער ערשטער רונדע. אין די שטעט  אַליִיִרן זיך איצטער רעכטע און לינקע קאַנדידאַטן כּדי צו פֿאַרבלאָקירן דעם  „פֿראָנט נאַסיאָנאַל‟, און האָפֿן אַז מער פֿון זייערע וויילערס וועלן זיך  מאָביליזירן דאָס מאָל ווי בשעת דער ערשטער רונדע.


צוויי אויסשטעלונגען לזכּרון דעם פּאָעט און מאָלער מאַקס זשאַקאָב

לכבֿוד דעם 70סטן יאָרצײַט פֿונעם פּאָעט און מאָלער מאַקס זשאַקאָב, געפֿינען  זיך איצט צוויי אויסשטעלונגען פֿון זײַנע ווערק אין דער שטאָט אָרלעאַן.

זשאַקאָב איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט קאַמפּער אין בריטאַניע, בײַ אַ  ייִדישער משפּחה. ער האָט זיך זייער פֿרי פֿאַראינטערעסירט אין קונסט, דערהויפּט  אין מאָלערײַ, נאָר אין דער משפּחה האָט מען נישט צוגעשטימט צו אַזאַ מין  „נישט־פּראַקטישן‟ באַרוף. האָט דער יונגער מאַקס געמוזט פֿאַרלאָזן די היים און  איז געפֿאָרן קיין פּאַריז צו שטודירן מאָלערײַ.

אין פּאַריז האָט ער זיך באַפֿרײַנדט מיט די קינסטלער פּיקאַסאָ, מאַטיס,  מאָדיליאַני (וואָס האָט, אַגבֿ, געצייכט זייער אַ שיינעם פּאָרטרעט פֿון אים), און  מיט אַנדערע צענטראַלע פֿיגורן אין דער דעמאָלטדיקער קונסט־וועלט. נאָך אַ געוויסער  צײַט האָט ער אויך אָנגעהויבן צו שרײַבן, דער עיקר — פּאָעזיע. צווישן 1911 און  1938 האָט ער פּובליקירט מער ווי 20 ביכער, אי פֿון פּראָזע אי פֿון פּאָעזיע.

אין 1909 האָט זשאַקאָב דורכגעמאַכט אַ מיסטישע איבערלעבונג, און עטלעכע יאָר  שפּעטער געביטן דעם גלויבן און געוואָרן אַ קאַטאָליק. אַ צײַט לאַנג האָט ער זיך  אַפֿילו אָפּגעזונדערט פֿון דער וועלט און געלעבט אין אַ מאָנאַסטיר במשך פֿון אַ  פּאָר יאָר.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/177519/news-from-paris/#ixzz2xm5bqUeB

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website