Jewish Cuisine Makes a Comeback in Hungary

630 326 Jewish Website

אַז מע גייט אַרײַן אין „מצות הוסאַר‟, אַ ייִדישער רעסטאָראַן אינעם היסטאָרישן ייִדישן קוואַרטאַל פֿון בודאַפּעשט, באַמערקט מען צוויי זאַכן: די טישטעכער מיט שפּיצן און הענגלײַכטער, וואָס דערמאָנען אין היימישע וועטשערעס בײַ דער באָבען, אָבער גלײַכצײַטיק — אַן עלעמענט פֿון סאָפֿיסטיצירטקייט, ווי מע זעט פֿון די עלעגאַנט־פֿאַרפּוצטע סאַרווער און די מאָדערנע ווײַנגלעזער בײַ יעדן טיש.

דאָס זעלבע מיטן עסן: אַלטע מאכלים, ווי צעהאַקטע אייער מיט גענדזנשמאַלץ און געפּרעגלטע ציבעלע, און האָלעפּצעס געפֿילט מיט גערשטן, ווערן באַגלייט מיט אַ פֿרישן סאַלאַט פֿון גרינע אַרבעס, בוריקעס און רעטעכלעך.

דער 41־יאָריקער אייגנטימער, דוד פּאָפּאָוויץ, זאָגט, אַז אַ סך פֿון זײַנע פּאָטראַוועס זענען אינספּירירט פֿון דער באָבען. „זי האָט תּמיד געזאָגט, אַז וואָס מער מינים פֿלייש מע גיט אַרײַן אין אַ יויך, אַלץ געשמאַקער איז זי,‟ האָט ער געזאָגט. טאַקע דערפֿאַר מאַכט ער די יויך צו די קניידלעך סײַ פֿון גענדזענעם, סײַ פֿון רינדערן פֿלייש.

„מצות הוסאַר‟, וואָס מיינט „מצה־סאָלדאַט‟ (און איז דווקא אַ מאָל געווען אַ באַליידיקונג קעגן ייִדן), איז איינער פֿון אַ וואַקסנדיקער צאָל רעסטאָראַנען, וואָס גרייטן צו טראַדיציאָנעלע אונגעריש־ייִדישע מאכלים. נישט קיין חידוש, אַז מע נעמט אין באַטראַכט, אַז אין בודאַפּעשט וווינט איצט די גרעסטע ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון אַלע שטעט אין אייראָפּע; צווישן די 100,000 ייִדן אידענטיפֿיצירן זיך 10,000 פֿון זיי ווי רעליגיעז. און נישט געקוקט אויף דעם אויפֿשטײַג פֿון עקסטרעמיסטישע נאַציאָנאַליסטן אין לאַנד, אַזוי ווי די אַנטיסעמיטישע „יאָביק־פּאַרטיי‟, האָט זיך אין בודאַפּעשט לעצטנס צעבליט דער אינטערעס צו דער ייִדישער קולטור.

אין פֿאַרגלײַך מיט די עטלעכע לאַנג־יאָריקע גלאַט־כּשרע רעסטאָראַנען, ווי „חנה‟ און „כּרמל‟, זענען די נײַערע בכלל נישט כּשר. זיי זענען אָבער שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אויפֿצולעבן די ייִדישע קיך, און זי אַרײַנצוברענגען אינעם 21סטן יאָרהונדערט.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/178638/jewish-cuisine-makes-a-comeback-in-hungary/#ixzz32Cr2pdez

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website