Qatar: A Symbol of Sports Corruption

630 358 Jewish Website

באַלד הייבט זיך אָן אין בראַזיל דער סעזאָן פֿונעם „מאָנדיאַל‟, און די גאַנצע וועלט איז גרייט אויף אַ חודש צו פֿאַרגעסן אַלע פּראָבלעמען פֿון דער וועלט, צוליב איין שפּיל — פֿוסבאָל. אין דער זעלבער צײַט צעברענט זיך אַ סקאַנדאַל אין דער פּרעסע אַרום דער חזירישער קאָרופּציע פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿעדעראַציע פֿון דער פֿוטבאָל־אַסאָציאַציע (FIFA). אַז די מדינות פֿונעם אַראַבישן גאָלף ווערן אַ גרעסערער טייל פֿון דער ספּאָרט־וועלט, ווערן זיי אויך אַ טייל פֿון אַלע פֿאַרדאָרבנקייטן אין דער וועלט.

אין די לעצטע נײַעס דערציילט מען, אַז קאַטאַר האָט באַצאָלט אַ פֿינף מיליאָן דאָלאַר צו אַ פֿוסבאָל־באַאַמטן, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז די מדינה וועט זײַן די גאַסט-געבערין פֿונעם „מאָנדיאַל‟ 2022. די ענגלישע צײַטונג „סאַנדיי טײַמז‟ האָט אַנטדעקט דאָקומענטן, וואָס באַווײַזן, שוואַרץ אויף ווײַס, אַז מוכאַמאַד בין כאַמאַם, דער קאַטאַרישער עקזעקוטיוו אין FIFA, האָט באַצאָלט די אַפֿריקאַנער באַאַמטע, אַ יאָר פֿאַרן אָננעמען דעם באַשלוס, וווּ דער „מאָנדיאַל‟ דאַרף פֿאָרקומען.

די רעגירונג פֿון קאַטאַר לייקנט שטיין־און־ביין, אָבער אין 2011 האָט די פֿוסבאָל־וועלט שוין אַרײַנגעלייגט כאַמאַם אין חרם, צוליב כאַבאַר. ער האָט איבערגעגעבן 1.6 מיליאָן דאָלאַר דזשאַק וואַרנער פֿון טרינידאַד, דעם געוועזענער וויצע-פּרעזידענט פֿון FIFA, צו שטיצן זײַן קאַמפּאַניע אַרויסצושטופּן דעם פּרעזידענט, סעפּ בלאַטער. צוליב דעם עפּיזאָד האָט וואַרנער געמוזט זיך אָפּזאָגן פֿון זײַן פּאָסטן, און מען האָט געפּרוּווט אויך באַזײַטיקן כאַמאַם. סוף־כּל־סוף, האָט מען כאַמאַם באַזײַטיקט אויף אייביק אין 2012, צוליב „קאָנפֿליקטן פֿון אינטערעסן‟, ווען ער האָט געדינט ווי דער פּרעזידענט פֿון דער אַזיאַטישער פֿוסבאָל־קאָנפֿעדעראַציע.

פֿון דעסטוועגן, איז דער כאַבאַר־ענין גאָר נישט שאָקירנדיק. דער אמתער סקאַנדאַל איז, וואָס נאָר איצט הייבט מען אָן צו טראַכטן וועגן אויסקלײַבן אַן אַנדערע מדינה פֿאַרן „מאָנדיאַל 2022‟. מיטגלידער פֿון דעם בריטישן פּאַרלאַמענט און דער פּרעזידענט פֿונעם האָלענדישן פֿוסבאָל האָבן שוין געהייסן, אַז קאַטאַר זאָל נישט זײַן דער גאַסט-געבער. סעפּ בלאַטער האָט נאָר מיט אַ האַלבן חודש צוריק געזאָגט, אַז עס איז געווען אַ טעות פֿון אָנהייב אָן צו פּלאַנירן אַ „מאָנדיאַל‟ אין קאַטאַר, וווּ די טעמפּעראַטור איז דאָרט צו אַ הויכע, צו דערמעגלעכן אַ זומערדיקן „מאָנדיאַל‟. אָבער דער קאָשמאַר אַרום דעם „מאָנדיאַל‟ אין קאַטאַר האָט זיך אָנגעהויבן אַ סך פֿריִער.

[…]

Source: http://yiddish.forward.com/articles/179011/qatar-a-symbol-of-sports-corruption/#ixzz33nTH2Jqi

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website