The New Yiddishland: Five Times Vienna

630 374 Jewish Website

ווען די צוויי שוועסטערקינדער, אַרטור און מיקי, האָבן גערעדט צווישן זיך ייִדיש, האָב איך געהערט ווי מײַן טאַטע פֿלעג רעדן מיט זײַנע שוועסטער, מײַנע מומעס. עס גייט נישט בלויז אין די ווערטער, נאָר אינעם גאַנצן ריטעם און טאָן פֿונעם שמועס. איך האָב גיך געפֿונען אַ שטיקל פּאַפּיר און פּען און כ’האָב אָנגעהויבן צו פֿאַרשרײַבן. למשל, זיי האָבן קיין מאָל נישט געזאָגט „טאַקע?‟ נאָר „אמתדיק?‟. אָפֿט מאָל האָבן זיי געענדיקט אַ געדאַנק מיטן אויסדרוק — „אַזוי אי’דיס‟ — („אַזוי איז עס”). וואָס שייך דעם טאָן — האָבן זיי די גאַנצע צײַט באַליידיקט, האַלב ערנסט, איינער דעם צווייטן. כ׳האָב פּלוצעם דערהערט דעם בײַסיקן הומאָר פֿון מײַן טאַטנס שטעטל סערעט.

אַרטור און מיקי קערן זיך אָן מיט מיר דורכן טאַטנס צד, אָבער אויך פֿון מײַן מאַמעס צד, האָב איך אַ שוועסטערקינד, יהודית, און איר באָבע שיינדל האָט געשטאַמט פֿון זוויניעטשקע, דאָס „וויגעלע‟ פֿון די גאָטעסמאַנס. אין אירע געדרוקטע זכרונות האָט מײַן באָבע זי באַשריבן. די גאַנצע משפּחה, חוץ מיקי, איז זיך צונויפֿגעקומען פֿרײַטיק־צו־נאַכטס אויף אַ וועטשערע, צווישן זיי, אַרטורס צוויי זין, נח און שמואל־לייב. פֿאַר אַ יאָרן זומער האָט נח זיך געלערנט ייִדיש אין דער ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם, און דעם זומער וועט ער זיך לערנען אין דער ווילנער ייִדיש־פּראָגראַם. דאָס הייסט, אַז ייִדיש וועט ווײַטער אָנגיין אין אונדזער ווינער משפּחה.

עסטרײַך פֿאַרמאָגט אויך אַ ייִדיש־ווינקעלע אין בורגענלאַנד, וואָס געפֿינט זיך צוויי שעה מיט דער באַן פֿון ווין, און איז אַמאָל געווען באַוווינט מיט ייִדן. דער פֿאָלקלאָריסט י. ל. כּהן האָט אַ זאַמלונג פֿאָלקסלידער, וואָס ער האָט געזאַמלט בײַ די בורגענלענדער ייִדן אין די 1930ער יאָרן. הײַנט וווינט דאָרט האַנס ברויער, דער „זינגענדיקער פּאַסטעך‟, וועלכער זינגט ייִדישע לידער צו זײַנע הונדערטער שאָף. די פּרעסע האָט שוין וועגן אים געשריבן, און אַ בוך איז אַרויס וועגן זײַן לעבן און אַרבעט. מיר האָבן זיך באַקענט מיט 10 יאָר פֿריִער אין ניו־יאָרק, און ס’איז שוין געקומען די צײַט, איך זאָל אים זען בײַ דער אַרבעט און אין זײַן היים. פֿון בערלין איז מיטגעקומען די ייִדיש־פֿאָרשערין יאַנינאַ וווּרבס צו זען דעם „בייזוווּנדער‟.

[…]נאָך אַ היימישן מיטאָג זענען מיר אַלע געפֿאָרן קיין ווין אויף אַ ייִדישער זינגערײַ…

Read More: http://yiddish.forward.com/articles/178985/the-new-yiddishland-five-times-vienna/?p=2

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website