דינסטיק, דעם 10טן יוני, איז ראובֿן ריוולין, אַ פּאָליטיקער פֿון דער פּאַרטיי „ליכּוד‟ און דער געוועזענער ספּיקער פֿון דער כּנסת, אויסגעקליבן געוואָרן ווי דער קומענדיקער פּרעזידענט פֿון מדינת־ישׂראל. אין דער צווייטער וואַלן־רונדע, האָט ריוולין געוווּנען 63 שטימען; 53 דעפּוטאַטן האָבן אָפּגעשטימט פֿאַר זײַן קאָנקורענט, מאיר שטרית פֿון דער פּאַרטיי „התּנועה‟. דעם 24סטן יולי, וועט ריוולין פֿאַרנעמען די פּאָזיציע פֿונעם אַוועקגייענדיקן איצטיקן פּרעזידענט, שמעון פּערעס.
אין ישׂראל, שפּילט דער פּרעזידענט, דער עיקר, בלויז אַ סימבאָלישע צערעמאָניאַלע ראָלע, און ווערט אויסגעקליבן יעדע זיבן יאָר. ריוולין, אַן עלטערער „ליכּודניק‟, געבוירן אינעם יאָר 1939, וועט ווערן דער צענטער פּרעזידענט. דרײַ אַנדערע קאַנדידאַטן — די ריכטערין דליה דאָרנער, דער נאָבעל־לאַורעאַט אין כעמיע דן שעכטמאַן און די געוועזענע כּנסת־ספּיקערין דליה יצחק — האָבן פֿאַרשפּילט בעת דער ערשטער רונדע פֿון די וואַלן, וועלכע זענען זיך נישט באַגאַנגען אָן אַ סקאַנדאַל.
בנימין בן־אליעזר, אַ דעפּוטאַט פֿון דער פּאַרטיי „עבֿודה‟, האָט זיך געקליבן פֿאָרצולייגן זײַן קאַנדידאַטור. מיט אַ פּאָר טעג פֿאַר דער צווייטער וואַלן־רונדע האָט מען אים אָבער באַשולדיקט אינעם באַקומען גרויסע סומעס פֿון מיליאָנען שקל, אויף אַן אומגעזעצלעכן אופֿן, פֿון אַ צאָל פּריוואַטע קוואַלן. מע איז חושד, אַז ער האָט אויסגענוצט דאָס געלט צו קויפֿן זיך אַ לוקסוס־דירה אין יפֿו. צוליב די דאָזיקע באַשולדיקונגען, איז בן־אליעזר אַרויס פֿונעם פֿאַרמעסט פֿאַרן פּרעזידענט־אַמט.
אין מײַ, האָט דער מיניסטער פֿון ענערגעטיק, סילוואַן שלום, באַשלאָסן צוריקצוהאַלטן זײַן קאַנדידאַטור צוליב די באַשולדיקונגען אין אומפּאַסיקע סעקסועלע מעשׂים; דערווײַל האָט מען נישט געפֿונען קיין ממשותדיקע ראַיות פֿון דעם.
ער אַוועקגייענדיקער פּרעזידענט.
[…]
Source: http://yiddish.forward.com/articles/179118/reuven-rivlin-is-elected-israeli-president/#ixzz34HM5HPwV