די אינדישע טעלעוויזיע־סטאַנציע NDTV האָט די וואָך געטאָן דאָס, וואָס די „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט געזאָגט, אַז זי קען נישט טאָן: פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ווידעאָ, וואָס ווײַזט ווי די „כאַמאַס‟־מיליטאַנטן אין עזה אינסטאַלירן אַ ראַקעט, געצילט אויף ישׂראל, פֿון אַ געגנט פֿול מיט ציווילע אײַנוווינער, און אויך, ווי דער ראַקעט ווערט מיט אַ טאָג שפּעטער אַרויסגעשאָסן.
דער רעפּאָרטער, סריניוואַסאַן דזשיין, האָט עס אָבער נישט איבערגעגעבן אויף NDTV, ביז ער איז שוין געהאַט אַרויסגעפֿאָרן פֿון לאַנד, און נישט געדאַרפֿט זיך זאָרגן, אַז זײַן לעבן איז אין אַ סכּנה.
אינעם ווידעאָ שטייט דזשיין בײַם פֿענצטער פֿון זײַן האָטעל און ווײַזט, ווי אַ גרופּע מענער אין דרויסן שטעלן אויף אַ בלאָ געצעלט — אַ פּנים, כּדי צו באַהאַלטן וואָס זיי טוען. (דער בלאָער קאָליר גיט, אַגבֿ, דעם אײַנדרוק, אַז דאָס איז פֿאַרבונדן מיט דער „יו־ען‟, וואָס איר פֿאָן איז אויך אַ בלאָע.)
„ווי איר קענט זען — זאָגט דער רעפּאָרטער צו דער קאַמערע — געפֿינט זיך דאָס שיס־אָרט נאָענט צו אונדזער האָטעל און גלײַך אין מיטן פֿון אַ געגנט, פֿול מיט אײַנוווינער, האָטעלן און דירות־הײַזער‟.
נאָכן פֿאַרענדיקן זייער אַרבעט, זעט מען, ווי די מענער פֿאַרדעקן זייערע שפּורן מיט בלעטער און ערד, און גייען אַוועק. מיט אַ טאָג שפּעטער — ווײַזט אויס, דורך אַ פּלאַניר־זייגער — ווערט דער ראַקעט אַרויסגעשאָסן פֿונעם זעלבן אָרט.
דער אינדישער קאָרעספּאָנדענט באַמערקט, אַז עס באַדראָען אים „ערנסטע זיכערהייט־קאָנסעקווענצן‟ פֿאַר זײַן האָבן רעקאָרדירט אַזאַ ווידעאָ, ווײַל די „כאַמאַס‟־פֿירער האָבן פֿאַרווערט די אויסלענדישע קאָרעספּאָנדעטן צו מאַכן און פֿאַרשפּרייטן רעפּאָרטאַזשן, וואָס ווײַזן אַ נעגאַטיוו בילד פֿון זיי.