Yiddish Week 2014

630 420 Jewish Website

אַ פֿאַרשידנאַרטיקע גרופּע פֿון איבער 150 מענטשן איז זיך צוזאַמענגעקומען אין רײַסטערסטאָון, מערילאַנד בײַם „פּערלסטאָון אָפּרו־צענטער‟, כּדי צו פֿאַרברענגען אַ וואָך אויף ייִדיש. די אָנטייל־נעמערס, אין עלטער פֿון אַ פּאָר חדשים ביז די טיפֿע 80ער יאָרן, זענען געקומען פֿון איבער גאַנץ אַמעריקע, ווי אויך פֿון האָלאַנד, שוועדן, בראַזיל, מעקסיקע, ליטע, פּוילן, רוסלאַנד און ישׂראל.

אויף דער הײַיאָריקער ייִדיש־וואָך, אָרגאַניזירט פֿון „יוגנטרוף – יוגנט פֿאַר ייִדיש‟, האָט מען געשפּילט פֿאַרשידענע ספּאָרט, שפּילערײַען, געהאַלטן רעפֿעראַטן, געמאַכט קונסט, געזונגען לידער און סתּם גענאָסן פֿונעם שיינעם וועטער לעבן באָלטימאָר.

צווישן די געסט זענען געווען 35 קינדער ייִנגער פֿון 14 יאָר, וואָס האָבן אָנטיילגענומען אין די ספּעציִעלע קינדער־אַקטיוויטעטן, צוגעפּאַסט פֿאַר זייער עלטער. די קינדער האָבן פֿאָרגעשטעלט אַ סאַטירישע פּיעסע וועגן די געפֿאַרן פֿון דער מאָדערנער טעכנאָלאָגיע, וואָס עס האָט אָנגעשריבן עטעלע ניבאָרסקי, אַ 12־יעריקע ישׂראלי, וואָס האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן אַ גאַנצן ראָמאַן אויף ייִדיש. די קינדער האָבן אויך פֿאַרבראַכט אויף דער אָרטיקער אָרגאַנישער פֿאַרם, וווּ זיי האָבן באַזוכט די ציגן, כּדי זיך צו לערנען ווי אַזוי מע מעלקט זיי.

צווישן די פּאָפּולערסטע אַקטיוויטעטן אויף דער הײַיאָריקער ייִדיש־וואָך איז געווען דער „פֿרעג־געשלעג‟, אַ ייִדישער נסוח פֿון College Bowl, וואָס עס פֿירט אָן גיטל־שעכטער־ווישוואַנאַט. דער פֿראַגע־פֿאַרמעסט, געשפּילט פֿון צוויי מאַנשאַפֿטן דינט ניט בלויז ווי אַ פֿאַרווײַלערישע אַקטיוויטעט, נאָר לערנט אויך דעם עולם זעלטענע ייִדישע טערמינען. אין יעדער רונדע, למשל, האָט מען געשטעלט מאַטעמאַטישע פֿראַגעס, אין וועלכע מע האָט געדאַרפֿט צוגעבן און אַראָפּנעמען פֿון אַ ציפֿער, אים כּפֿלען אויף אַן אַנדער סומע און דערנאָך געפֿינען דעם קוואַדראַט־וואָרצל (Square Root) פֿונעם רעזולטאַט. אין דער קינדער־רונדע האָט מען, פֿאַרשטייט זיך, געשטעלט גרינגערע פֿראַגעס אָן קיין קוואַדראַט־וואָרצלען.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/180904/yiddish-week-/#ixzz3B3C7NiNT

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website