ראַבין וויליאַמס, דער קאָמעדיאַנט פּאַר־עקסעלאַנץ, האָט בשום אופֿן נישט געקענט גובר זײַן זײַנע קאָשמאַרן, זײַנע אינערלעכע שדים און זײַן אייגענעם דראַנג צו ענדיקן זײַן לעבן.
ראַבין וויליאַמס, דער באַרימטער קאָמיקער, וואָס האָט פֿאַרווײַלט די וועלט מיט זײַנע פֿילמען און קאָנוווּלסיווע אויפֿטריטן, איז בעצמו ובכבודו נעבעך געווען אַ דערשלאָגענער מרה־שחורהניק, וואָס די אַפּלאָדיסמענטן און לויב־געזאַנגען האָבן אים נישט געהאָלפֿן צו שטילן זײַן ברויזנדיקן אומרו, זײַן אינערלעכע בהלה ביז ער האָט זיך אונטערגעגעבן און געענדיקט זײַן לעבן אויף אַ ביטערן אופֿן.
די וועלט טרויערט צוליב זײַן טויט. די טעלעוויזיע, די ראַדיאָ, די פּרעסע הערט נישט אויף צו באַוויינען דעם קאָמיקער, אַ שטילשטאַנט פֿון אַלע וועלט־פּראָבלעמען.
ס’איז נאָך קיין מאָל נישט געווען אַזאַ ויצעקו נאָכן טויט פֿון אַנדערע וועלט באַרימטע אַקטיאָרן. נעמט למשל טשאַרלי טשאַפּלין, וועלכער איז, אגבֿ, געשטאָרבן אַ נאַטירלעכן טויט און דווקא אין מײַן צײַט, אסור צי איך געדענק מען זאָל אָפּשטעלן אַלע וועלט־געשעענישן וואָכן לאַנג. אָבער ווען עס איז געקומען צו מערילין מאַנראָו און איר זעלבסטמאָרד, האָט אַמעריקע אָנגעוווירן איר גלײַכגעוויכט, ווידעראַמאָל דער טויט פֿון אַ פֿאַרגעטערט וועזן, נאָך דערצו אַזאַ פֿרויענצימער, שוין אָפּגערעדט פֿונעם פּרעזידענט דזשאָן קענעדי, וועלכער האָט געלייקנט שטיין און ביין וועגן זייער אַפֿערע. צווישן די אָנגעזעענע פֿאַרווײַלער האָט אַמעריקע פֿאַרגעטערט אַזעלכע קדחת אין קאָנווולסיע שטערן ווי עלוויס פּרעזלי; די טאַבלעטן־שלינגענדיקע דזשודי גאַרלאַנד, אַזוי אַז אַמעריקע האָט אויסגעביטן דעם שׂכל־הישר און גענומען אונטערטראָגן די פֿילם־שטערנס ווי זיי וואָלטן געווען הייליקע וועזנס.
מיר ייִדן האָבן געהאַט אונדזערע אייגענע קאָמיקער און פֿאַרווײַלער, צווישן זיי — מנשה סקולניק, אהרן לעבעדעוו, דזשיגאַן און שומאַכער. ווען שמעון דזשיגאַן איז געשטאָרבן אין ישראל, איז עס אַדורך בשתּיקה, שאַ-שטיל, קיינער האָט נישט געלאָזט קיין טרער, און דער אמת איז, אַז ער איז געשטאָרבן אַ האָנאָראָוון טויט ־ אויף דער בינע.
דזשיגאַן און שומאַכער האָבן פֿאַרווײַלט ייִדן אין פּוילן נאָך פֿאַר דער מלחמה. מײַן טאַטע פֿלעגט מיר דערציילן ווען זיי האָבן געשטעלט משה נאַדירס „מאַריאָנעטן שפּיל‟, איז דער עולם ממש אַרויס פֿון די כּלים לאַכנדיק. דאָרט שפּילט זיך אָפּ אַ קאָמעדיע, וווּ עס האָבן אָנטייל גענומען דרײַ: שומאַכער איז געווען דער רשע, דזשיגאַן — דער צדיק, און דאָס קליינע גאָלדשטיינדל איז געזעסן אויף אַ וואָלקן און געהאַלטן אין איין אַראָפּשיקן אויף דער ערד דונערן און בליצן. ער, מיט די קורצע פֿיסעלעך האָט געשפּילט גאָט.
זעט אויס, אַז אין יענער צײַט, אין אַ לאָדזשער טעאַטער, האָט מען נישט מורא געהאַט אָנצורירן אַזעלכע טעמעס. דאָס פּובליקום איז געווען אַ געמיש, פֿרײַע און פֿרומע.
אין ישׂראל האָט דזשיגאַן גאָר שטאַרק אויסגענומען בײַם ייִדיש־רעדנדיקן עולם. ווי נאָר ער האָט זיך באַוויזן אויף דער בינע און געמאַכט אַ מינע, אַ דריי מיטן קאָפּ, אַ פֿאַרלייג מיט די הענט, איז שוין דער עולם געלעגן אין קראַמפֿן און געקײַכט.
אַזוי ווי איך האָב מיטגעאַרבעט מיטן קאָמיקער בעת מיר האָבן געוווינט אין ישׂראל, האָב איך נישט געוווּסט אויף וואָס זיך צו ריכטן. מײַן אויפֿגאַבע איז געווען צוצוגרייטן דעם מאַטעריאַל פֿאַרן ערשטן ייִדישן אויפֿטריט פֿון אַ ייִדישן קאָמיקער אויף דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע אויף ייִדיש.
בײַם פֿילמירן בין איך שטאַרק צו נוץ געקומען ווײַל דזשיגאַן האָט בלויז גערעדט ייִדיש, דער קאַנאַדער רעזשיסאָר ־ בלויז ענגליש, און די קאַמערע־לײַט בלויז העברעיִש.
מײַן ערשטע באַגעגעניש מיט דזשיגאַנען איז צוגעגאַנגען אויסטערליש. איך קלאַפּ אָן אין טיר פֿון זײַן דירה אין תּל־אַבֿיבֿ. דזשיגאַן עפֿנט. איך גיב אַ קוק, ער איז אײַנגעבויגן אין דרײַען. וואָס איז, האָב איך זיך דערשראָקן? ער האַלט זיך אָן אין זײַן פּלייצע פֿון גרויסע ווייטיקן און פֿאַרבעט מיך אַרײַן אין סאַלאָן. מאַכט ער אויף זײַן לאָדזשער ייִדיש:
„ווי עץ זעט, לאַאַד איך פֿון אַ העקסנשלוס.‟
[…]
Source: http://yiddish.forward.com/articles/180886/mourning-the-fragile-robin-williams/#ixzz3BAQJiVIm