News From Warsaw

630 378 Jewish Website

דײַטשע צײַטונג שרײַבט מער פּאָזיטיוו וועגן ישׂראל ווי די פּוילישע פּרעסע

איך קען נישט קיין איינציקן פּוילישן זשורנאַליסט, וואָס קען העברעיִש און אַראַביש, וואָס האָט זיך געלערנט די געשיכטע פֿון מיטעלן מיזרח, און טוט ווי געהעריק זײַן זשורנאַליסטישע אַרבעט, איידער ער דרוקט אָפּ זײַנע בויך־סבֿרות וועגן דעם קאָנפֿליקט אין מיטעלן מיזרח בכלל און דער עזה־מלחמה בפֿרט.

דאָס שטערט נישט די פּוילישע זשורנאַליסטן צו שרײַבן כּלומרשט עמאָציאָנעלע אַרטיקלען, דאָס רובֿ קעגן ישׂראל. איין ראַדיאָ-זשורנאַליסטקע איז אויף אַזוי פֿיל געשטימט קעגן ישׂראל, אַז זי האָט באַקומען דעם צונאָמען „די כאַמאַסניצע‟.

דערפֿאַר האָב איך ממש געשטוינט, לייענענדיק אַ גרויסן אַרטיקל אין „בילד‟, די גרעסטע צײַטונג אין אייראָפּע, וואָס גייט אַרויס אין דײַטשלאַנד. די צײַטונג לייענען צוויי מיט אַ האַלב מיליאָן מענטשן טאָג־טעגלעך. אַקסל שפּרינגער, דער גרינדער פֿון דער צײַטונג איז געווען אַן אוהבֿ-ישׂראל, און זײַן פֿאַרלאַג איז ממשיך נאָך זײַן טויט מיט דער זעלבער פֿילאָסעמיטישער ריכטונג. אַלע זשורנאַליסטן, וואָס הייבן אָן צו אַרבעטן אינעם פֿאַרלאַג זענען מחויבֿ צו שטיצן דאָס ייִדישע פֿאָלק בכלל און מדינת־ישׂראל בפֿרט.

דער אַרטיקל הייבט זיך אָן מיט בילדער פֿון די 64 ישׂראלדיקע סאָלדאַטן, וואָס זענען געפֿאַלן אינעם לעצטן עזה־קאָנפֿליקט. GESICHTER DER GEFALLENEN הייסט דער אַרטיקל. זין און חבֿרים, מענער און טאַטעס, וואָס זענען געפֿאַלן פֿאַר זייער היימלאַנד — אַזוי באַשרײַבט זיי די צײַטונג.

יעדן איינעם פֿון די סאָלדאַטן ווידמעט די צײַטונג אַ פּאָר ווערטער. אָט איז אַ בילד פֿון אַ שיינעם יונגן מאַן, וואָס איז געפֿאַלן פֿיר וואָכן פֿאַר זײַן חתונה. און אָט איז אַ בילד פֿונעם יונגן מתן גאָטליב, וואָס קוקט אויף דיר מיט זײַנע שיינע בלויע אויגן. מתן גאָטליב איז געפֿאַלן אַ פּאָר חדשים פֿאַרן סוף פֿון זײַן מיליטער־דינסט.

„דערקענסט מיך נאָך, מיין ייִנגערער ברודער, איך האָב דיך תּמיד באַוווּנדערט‟ — מיט די דאָזיקע אָנגעווייטיקטע ווערטער האָט זיך געזעגנט מיט מתנען זײַן עלטערער ברודער בײַם אָפֿענעם קבֿר.

אין אַ צײַט, ווען ישׂראל און ישׂראל־סאָלדאַטן ווערן באַשריבן ווי בלוט־דורשטיקע בעסטיעס, גיט „בילד‟ אַ גאָר אַנדערע, מענטשלעכע פּערספּעקטיוו. די דײַטשישע אינטעליגענץ אַגבֿ, האַלט נישט פֿון דער צײַטונג. דאָס פֿאָלק אָבער לייענט זי. בלײַבט אַ קשיא אויף אַ מעשׂה — ווער איז דאָ דער חכם, און ווער איז דער נאַר?

ראָבערט וויליאַמס אין דער ראָלע פֿון יעקבֿ דער ליגנער

אין אַמעריקע איז געשטאָרבן דער גרויסער אַקטיאָר ראָבין וויליאַמס. אין פּוילן געדענקט מען זײַן אַרבעט דאָ אויפֿן פֿילם „יעקבֿ דער ליגנער‟.

„יעקבֿ דער ליגנער‟ דערציילט די מעשׂה פֿון יעקבֿן, אַ ייִד אין אַ געטאָ אין פּוילן אין 1944. ייִדן האָבן נישט געטאָרט האָבן קיין ראַדיאָ, אָבער יעקבֿ האָט על־פּי צופֿאַל געהערט, אַז די רוסן האָבן געהאַט גרויסע זיגן. יעקבֿ דערציילט עס די ייִדן אין דער געטאָ. ווען זיי ווילן הערן נאָך גוטע בשׂורות, טראַכט ער אויס אַנדערע גוטע נײַעס, ווײַל קיין ראַדיאָ האָט ער נישט.

ראָבין וויליאַמס האָט געשפּילט די הויפּט־ראָלע — יעקבֿ דער ליגנער. ער איז געקומען קיין פּוילן מאַכן דעם פֿילם אין יאָר 1997. דער אַמעריקאַנער אַקטיאָר האָט געלויבט די פּרעכטיקע סצענאָגראַפֿיע. די פּאָליאַקן האָבן אים געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז דאָס איז נישט קיין סצענאָגראַפֿיע. דאָס איז אַן אויטענטיש פּויליש שטעטל מיטן נאָמען פּיאָטרקוּוו.

דאָס בוך „יעקבֿ דער ליגנער‟ האָט אָנגעשריבן יורעק בעקער, געבוירן אין יאָר 1937. בעקער איז געווען אַ קינד אין לאָדזשער געטאָ. אַגבֿ, סײַ בעקער און סײַ וויליאַמס זענען נישט זוכה געווען צו לעבן לאַנגע יאָרן. בעקער איז געשטאָרבן אין עלטער פֿון 57 יאָר, און וויליאַמס אין עלטער פֿון 63.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

Fuente: http://yiddish.forward.com/articles/180860/news-from-warsaw/#ixzz3BQftPn3T

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website