Portugal Adopts Law of Return for Jews

630 326

די פּאָרטוגאַלישע רעגירונג האָט אָנגענומען אַ געזעץ, לויט וועלכן געוויסע ספֿרדיש־שטאַמיקע ייִדן וועלן קאָנען ווערן בירגער פֿון פּאָרטוגאַל.

דאָנערשטיק, דעם 29סטן יאַנואַר, האָט דער פּאָרטוגאַלישער מיניסטאָרן־ראַט גוטגעהייסן דעם געזעץ־פּראָיעקט. די ייִדישע קהילה פֿון פּאָרטאָ, די צווייט־גרעסטע שטאָט אינעם לאַנד, האָט איבערגעגעבן, אַז אין פֿעברואַר וועט מען פֿאַרעפֿנטלעכן די פּרטים פֿונעם נײַעם געזעץ.

דער פּאַרלאַמענט האָט אָנגענומען דעם געזעץ־פּראָיעקט אינעם יאָר 2013. פאַרטוגאַל איז געוואָרן דאָס איינציקע לאַנד אין דער וועלט, אַחוץ ישׂראל, וווּ ייִדן האָבן אַ ספּעציעל אומקער־רעכט. שפּאַניע קלײַבט זיך אָנצונעמען אין גיכן אַן ענלעכן געזעץ.

אינעם 14טן און 15טן יאָרהונדערט, זענען די ייִדן אַנטלאָפֿן אָדער פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון שפּאַניע און פּאָרטוגאַל צוליב די רדיפֿות מצד דער קאַטוילישער אינקוויזיציע. אינעם יאָר 1496 האָט דער פּאָרטוגאַלישער קיניג מאַנועל דער ערשטער באַפֿוילן, אונטערן דרוק פֿון דער שפּאַנישער קיניגרײַך, אַז אַלע ייִדן מוזן זיך שמדן אָדער פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/184981/portugal-adopts-return-law-for-jews/#ixzz3QcyUdS1x