Nazi Refuge Discovered in Argentinian Jungle

630 473

אַ גרופּע אַרכעאָלאָגן און היסטאָריקער האָט אַנטדעקט אין די אַרגענטינער וועלדער, נישט ווײַט פֿון דער פּאַראַגווײַער גרענעץ, אַ מקום־מיקלט, וואָס די נאַציס, ווי עס זעט אויס, האָבן צוגעגרייט אָנהייב די 1940ער יאָרן, כּדי זיך אויסצובאַהאַלטן אין די דרום־אַמעריקאַנער דזשונגלען, אויב דײַטשלאַנד פֿאַרשפּילט די צווייטע וועלט־מלחמה. למעשׂה, איז אָבער די צוגעגרייטע פּליטים־באַזע געבליבן ליידיק.

דער דירעקטאָר פֿונעם „צענטער פֿון שטאָטישער אַרכעאָלאָגיע‟ בײַם בוענאָס־אײַרעסער אוניווערסיטעט, דאַניעל שאַוועלזאָן, פֿירט אָן מיט דער פֿאָרשער־גרופּע, וואָס פֿאַרנעמט זיך איצט מיט די אויסגראָבונגען אינעם נאַציאָנאַלן פּאַרק טעיו־קוואַרע, וואָס געפֿינט זיך אין דער צפֿון־מיזרחדיקער אַרגענטינער פּראָווינץ מיסיאָנעס. די פֿאָרשונגען האָבן זיך אָנגעהויבן, ווען שאַוועלזאָן האָט אַנטדעקט אינעם דאָזיקן ראַיאָן דײַטשישע מטבעות פֿון די יאָרן 1938—1941, און דאָס פּאָרצעלײַענע געפֿעס, פּראָדוצירט אויף דער דײַטשישער פֿאַבריק „מײַסען‟ צווישן 1890 און 1949.

אין אַ שמועס מיט דער אַרגענטינער צײַטונג „קלאַרין‟, האָט דער אַרכעאָלאָג דערציילט, אַז אינעם דאָזיקן ראַיאָן האָט זײַן גרופּע אַנטדעקט אַן אוניקאַלן בנין — אַ זעלטענע געהיימנישפֿולע קאָנסטרוקציע. דער גענויער צוועק פֿונעם דאָזיקן בנין בלײַבט אומקלאָר, אָבער מע איז זיך משער, אַז די הויכראַנגיקע נאַצי־אָפֿיצירן האָבן עס געשאַפֿן ווי אַ מעגלעכן מקום־מיקלט פֿאַר זיך. אַזוי צי אַזוי, זעט ער אויס גאַנץ אַנדערש, ווי די אָרטיקע געבײַדעס און איז פֿול מיט אויסלענדישע אָביעקטן, וואָס שטאַמען פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/186393/nazi-refuge-discovered-in-argentinian-jungle/#ixzz3VL9dWT2S