דער 12טער באַשעוויס-זינגער פֿעסטיוואַל פֿאַר ייִדישער קולטור
דער 12טער באַשעוויס-זינגער פֿעסטיוואַל פֿאַר ייִדישער קולטור הייבט זיך אָן דעם 22סטן אויגוסט. במשך פֿון אַכט טעג וועט וואַרשע זען און הערן אַ לאַנגע ריי ספּעקטאַקלען — אַלע אין שײַכות מיט דער ייִדישער קולטור.
דאָנערשטיק דעם 20סטן אויגוסט שפּילט דער ייִדישער טעאַטער דעם „דיבוק‟. ווען אַנ-סקי וואָלט אויפֿגעשטאַנען תּחית־המתים, וואָלט ער מסתּמא זיך נישט געכאַפּט, אַז דאָ שפּילט מען זײַן פּיעסע. די באַרימטע יונגע רעזשיסאָרין, מאַיאַ קלעטשעווסקאַ, האָט אַליין דעפֿינירט איר סצענישע אַרבעט ווי אַ ספּעקטאַקל לויט אַנ־סקין. אין קלעטשעווסקאַס ווערסיע איז חנן נישט דער איינציקער, וואָס געפֿינט נישט קיין מקום־מנוחה נאָך זײַן פֿריצײַטיקן טויט; די ייִדן, אומגעבראַכט פֿון די דײַטשן, קענען אויך נישט געפֿינען קיין רו און וואַנדערן, ווי דער העלד פֿון דער פּיעסע צווישן צוויי וועלטן.
קלעטשעווסקאַ האָט געשאַפֿן אַ הויך־טעאַטראַלישע אויפֿפֿירונג, וואָס ממש היפּנאָטיזירט דעם עולם.
דער הויפּט־רבֿ פֿון פּוילן, הרבֿ מרדכי־מײַקל שודריך, מאַכט הבֿדלה מוצאי־שבת דעם 22סטן אויגוסט פֿאַר די פֿעסטיוואַל־אָנטיילנעמער, און דרײַ חזנים העלפֿן אים מיט — דער חזן דוד ווײַנבאַך פֿון אַמעריקע און די חזנים אושי בלומבערג און מנחם בריסטאָווסקיעגאָ פֿון ישׂראל.
אַ ביאָגראַפֿיע וועגן אַ פּוילישן ייִד מיטן נאָמען ראָמאַן קצבֿ
שבת דעם 22סטן אויגוסט קומט פֿאָר אַ טרעפֿונג מיט מרים אַניסימאָוו. אַניסימאָוו האָט לעצטנס אָנגעשריבן אַ ביאָגראַפֿיע וועגן אַ פּוילישן ייִד מיטן נאָמען ראָמאַן קצבֿ. ווען מען ווייסט, אַז ראָמאַן קצבֿ האָט משנה־שם געווען, איז לײַכטער צו פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס האָט זי זיך מטריח געווען צו שרײַבן אַ גאַנץ בוך וועגן אים. ראָמאַן קצבֿ איז שפּעטער געוואָרן ראָמען גאַרי, דער באַרימטער פֿראַנצויזישער שרײַבער. זײַן לעבן איז געווען פּונקט אַזוי טשיקאַווע, ווי זײַנע ראָמאָנען. אַ פּילאָט אין דער צווייטער וועלט־מלחמה, אַ דיפּלאָמאַט נאָך דער מלחמה, שפּעטער — איינער פֿון די חשובֿסטע שרײַבער אין פֿראַנקרײַך, אַ „פּלייבוי‟ און דער מאַן פֿון דער אַמעריקאַנער פֿילם־שטערן דזשין סיבערג. זײַן סוף — זעלבסטמאָרד מיט אַ פּיסטויל־שאָס אין זײַן שיינער פּאַריזער דירה. אַניסימאָוו זאָגט מיט הומאָר וועגן זיך אַליין, אַז זי טראַכט אין ייִדיש, אָבער שרײַבט אויף פֿראַנצויזיש. פּונקט ווי גאַרי, האָט זי משנה־שם געווען, כּדי צו קלינגען גוייִש. אַזוי ווי גאַרי, איז זי אַ קינד פֿון פּויליש-ייִדישע טאַטע-מאַמע.
אַן אויסשטעלונג: „מײַנע פּוילישע טאַטע-מאַמע, מײַנע ייִדישע טאַטע-מאַמע‟
זונטיק דעם 23סטן אויגוסט קומט פֿאָר אַ „הגדה‟־וואַרשטאַט. די הגדות זענען געווען פֿון תּמיד אָן באַצירט מיט שיינע מאָלערײַען. מאָניקאַ קראַיעווסקאַ, א קינסטלערין און אַן עקספּערטין פֿון ייִדישער קונסט, קומט, כּדי צו העלפֿן די אָנטיילנעמער צו אילוסטרירן זייערע הגדות.
דעם זעלבן טאָג קומט פֿאָר די דערעפֿענונג פֿון דער אויסשטעלונג, „מײַנע פּוילישע טאַטע-מאַמע, מײַנע ייִדישע טאַטע-מאַמע‟. אין פּוילן זענען געווען פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה איין מיליאָן ייִדישע קינדער. אַן ערך פֿינף טויזנט פֿון זיי זענען געבליבן בײַם לעבן נאָכן חורבן. ווי אַזוי? די פּוילישע משפּחות האָבן זיי אַדאָפּטירט. איינער פֿון די געראַטעוועטע דערציילט: „איך האָב פֿון תּמיד אָן געוווּסט, אַז איך בין אַ ייִדיש קינד. איך האָב אָבער נישט געוואָלט פֿרעגן מײַן מאַמע פֿון וואַנעט איך שטאַם. איך האָב געהאָפֿט, אַז זי וועט עס מיר אַליין דערציילן. איצט, אַז זי איז שוין אויף יענער וועלט, האָב איך נישט בײַ וועמען צו פֿרעגן, ווער עס זענען געווען מײַנע ביאָלאָגישע, ייִדישע טאַטע-מאַמע.‟ אַנדערע קינדער האָבן אָבער יאָ בילדער פֿון זייערע ייִדישע משפּחות. די אויסשטעלונג קען מען זען און הערן אינעם עסטרײַכישן קולטור־צענטער לעבן דעם ייִדישן טעאַטער. ווי אַזוי? אַ טייל פֿון די געראַטעוועטע זענען אײַנגעלאַדן געוואָרן אויף דער אויסשטעלונג, און די באַזוכער קענען הערן זייערע דראַמאַטישע לעבנס־געשיכטעס פֿון זיי אַליין.
דעם זעלבן טאָג פֿאַרבעט אַלעמען די זשורנאַליסטקע קאַטאַזשינאַ שוכניק אויף אַ שפּאַציר איבער די גאַסן פֿון וואַרשע. זי האָט אַנטדעקט דעם גרויסן בײַשטײַער פֿון די פֿאַרמלחמהדיקע ייִדישע אַרכיטעקטן צו דעם אורבאַנישן פּייזאַזש פֿון וואַרשע.
אַ טעאַטער־פֿאָרשטעלונג פֿון ישׂראל
פֿון ישׂראל, מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור, קומען צוויי אַקטיאָרן: אַנאַבעלאַ און אורי קאָוואַלסקי. מאָנטיק דעם 24סטן אויגוסט שפּילן זיי אויף דער בינע פֿונעם ייִדישן טעאַטער מאָטיס אַווערבוכס פּיעסע „פֿייגעלעך אין קאָפּ‟. די פּיעסע איז אַ טראַגיקאָמעדיע, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיטן לעבן פֿון די ניצול־געבליבענע אין ישׂראל. די פּיעסע ווערט געשפּילט אויף ייִדיש און דער פּוילישער עולם קען הערן די פּוילישע איבערזעצונג פֿון די אויער-טרײַבלעך.
פֿאַרשטייט זיך, אַז מיר האָבן דאָ באַריכטעט בלויז אויפֿן שפּיץ מעסער, וואָס סע קומט פֿאָר במשך פֿון די אַכט טעג פֿון פֿעסטיוואַל. ווי איר זעט, איז כּדאַי צו קומען קיין וואַרשע סוף אויגוסט, ווען די פּוילישע הויפּטשטאָט פֿײַערט די ייִדישע קולטור.
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/190327/news-from-warsaw/#ixzz3jIY9Yyxr