Heine Is the Key to Modern Literature

630 488

דוד איגנאַטאָװס „שריפֿטן‟ האָט אַרױפֿגעבראַכט די אַמעריקאַנער „יונגע‟ אױפֿן  שפּיץ פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. דער דריטער באַנד פֿונעם דאָזיקן  אַלמאַנאַך, װאָס איז אַרױס ערבֿ דער ערשטער װעלט־מלחמה, האָט באַקומען אַ װאַרעמען  ברוך־הבא פֿונעם השובֿסטן ליטעראַרישן דעה־זאָגער פֿון יענער צײַט בעל־מחשבֿות:  „איך מוז זיך מודה זײַן, אַז מיר, די רוסישע ייִדן, האָבן נאָך דערװײַל ניט געהאַט  קײן אײן אַלמאַנאַך, װאָס זאָל זיך קענען גלײַכן צו איגנאַטאָװס‟.

אינעם דאָזיקן באַנד האָט איגנאַטאָװ פֿאַרעפֿנטעלכט זײַן נאָװעלע „פֿיבי‟, װאָס  מען קאָן האַלטן פֿאַר אַ מין קינסטלערישן מאַניפֿעסט פֿונעם ייִדישן מאָדערניזם.  די מעשׂה װערט דערצײלט פֿון דער ערשטער פּערזאָן דורך אַן אינטעליגענטן ייִדישן  יונגערמאַן, װאָס פֿילט זיך שױן גאַנץ הײמיש אין אַמעריקע. אײן אָװנט, זײַענדיק צו  גאַסט בײַ זײַנע חבֿרים, טרעפֿט ער פֿיבי: „אַ טיפּיש ייִדיש מײדל, מיט שײנע,  עטװאָס געקרױזטע שװאַרצע האָר, אַ װײַס־בלאַס פּנים, שװאַרצע ברעמען, און אױגן  שײנע, שײן־צעעפֿנטע, נאָר גרױע‟. אָבער די דאָזיקע פֿיבי װײַזט זיך אַרױס גאַנץ  אַנדערש פֿון אַ „טיפּיש ייִדיש מײדל‟ פֿון יענער צײַט. זי שפּילט טעניס, פֿאָרט  אױף אַ װעלאָסיפּעד, פֿירט אַן אױטאָ און האָט קריסטלעכע חבֿרטעס.

דער דערצײלער איז אײנצײַטיק פֿאַרכּישופֿט און אָפּגעשראָקן פֿון פֿיבי, און  באַשליסט צו פֿאַרלאָזן ניו־יאָרק. ער געפֿינט אַרבעט װײַט אין װערמאָנט בײַ אַ  שװערמוטיקן אירלענדישן פֿאַרמער און זײַן דענערװירטער פֿרױ. צו זײַן דערשטױנונג  װײַזט זיך אַרױס, אַז פֿיבי איז די טאָכטער פֿון אָט דעם פּאָרפֿאָלק. װען פֿיבי  קומט צו באַזוכן אירע עלטערן, פֿלאַקערט די אַלטע ליבע אױף פֿון דאָס נײַ. די  קעגנזײַטיקע תּאװה דערגרײכט איר שפּיצפּונקט אײן נאַכט אינעם װאַלד, אָבער אינעם  לעצטן מאָמענט שטױסט דער העלד אָפּ דאָס מיידל, און זי וואַרפֿט זיך אַראָפּ פֿון  אַ באַרג. אָבער אױף מאָרגן באַװײַזט זי זיך װידער, פֿריש און געזונט, אַזױ װי  גאָרנישט איז ניט געשען. דער דערצײלער איז געפּלעפֿט: „אײנס פֿון בײדע מאָל מוז עס  דאָך געװיס זײַן אַ חלום? יאָ, אָבער װעלכער פֿון די בײדע מאָל איז אַ חלום?‟

װי עס פּאַסט פֿאַר אַ מאָדערניסטישער נאָװעלע, באַקומט דאָס דאָזיקע רעטעניש  ניט קײן קלאָרע לײזונג. „מיר אָבער װילט זיך שױן מער ניט דערצײלן‟, זאָגט דער מחבר,  אָבער גיט צו נאָך אַ פּאָר זײַטן װעגן זײַן אומקערן זיך קײן ניו־יאָרק. און דװקא  אין ניו־יאָרק דאַרף מען זוכן דעם שליסל צו דער גאַנצער מעשׂה. די שטאָט ניו־יאָרק  איז תּמיד געװען די צענטראַלע בינע פֿאַר דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור.  דאָ האָבן זיך אױסגעשפּילט טױזנטער דראַמעס, קאָמעדיעס און טראַגעדיעס, װאָס האָבן  צוגעשטעלט רױשטאָף פֿאַר הונדערטער דערצײלונגען און ראָמאַנען פֿון אַזעלכע  פּאָפּולערע מחברים אין זײער צײַט, װי לעאָן קאָברין, זלמן ליבין, תּשר״ק און  אַנדערע.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/172955/lorelei-in-the-bronx/#ixzz2g8QdkpHU