At Bavarian Klezmer Festival – Led Zeppelin in Yiddish

630 326

יעדע צוויי יאָר קומען צו פֿאָרן קלעזמער־מוזיקער פֿון איבער דער וועלט קיין פֿירט, אַ שטאָט אין צפֿון־בײַערן, דײַטשלאַנד, כּדי זיך צו באַטייליקן אינעם גרויסן אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיוואַל פֿון קלעזמער־מוזיק. הײַיאָר וועט דער פֿעסטיוואַל פֿאָרקומען פֿונעם 4טן ביזן 15טן מאַרץ.

ווי אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם וועלן אויפֿטרעטן קלעזמער־גרופּעס פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע, ישׂראל, סלאָוואַקיע, האָלאַנד, פּוילן און, אַוודאי, דײַטשלאַנד. די באַזוכער פֿונעם פֿעסטיוואַל וועלן זיך אויך קענען באַטייליקן אין אַ ריי מוזיק־ און טאַנץ־וואַרשטאַטן; גיין אויף טורן פֿונעם אָרטיקן ייִדישן מוזיי און פֿון די היסטאָרישע ייִדישע ערטער אין דער שטאָט; זען צוויי נײַע ישׂראלדיקע פֿילמען, וואָס שילדערן די באַציִונגען צווישן דער ישׂראלדיקער און דער פּאַלעסטינער געזעלשאַפֿט, און אַנדערע אַקטיוויטעטן.

איינער פֿון די טשיקאַווע מאָמענטן פֿונעם הײַיאָריקן פֿעסטיוואַל איז דער פּלאַנירטער אויפֿטריט פֿון דער האָלענדישער זינגערין ניקי יאַקאָבס, פֿון דער גרופּע „ניקיטאָוו‟, מיט אַ ייִדישער איבערזעצונג פֿונעם באַרימטן אַמעריקאַנער ראָק־ליד Stairway to Heaven (די טרעפּ צום הימל), וואָס די גרופּע „לעד זעפּעלין‟ האָט אַרויסגעלאָזט אין 1971.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/194654/at-bavarian-klezmer-festival-led-zeppelin-in-yid/#ixzz40MiQDYIg