די שטאָט פּרעשבורג אין סלאָוואַקײַ האָט זיך קונה שם געווען מיט איר ישיבֿה, וואָס איז פֿאַרלייגט געוואָרן פֿונעם גרויסן למדן, דעם חתם סופֿר (הרבֿ משה שרײַבער, 1762־1839). מע האַלט, אַז די דאָזיקע ישיבֿה איז געווען די גרעסטע זינט תּלמודישע צײַטן. לאַנגע יאָרן האָט סלאָוואַקײַ געהערט צו דער עסטרײַך־אונגערישער אימפּעריע, דערנאָך צו טשעכאָסלאָוואַקײַ, אָבער הײַנט הייסט זי בראַטיסלאַוואַ, און איז די קרוינשטאָט פֿון דער אומאָפּהענגיקער סלאָוואַקײַ.
כאָטש די בראַטיסלאַווער ייִדישע באַפֿעלקערונג איז הײַנט אַ קליינע, האָט זי באַוויזן אויסצוהאַלטן אַ קלעזמער־קאַפּעליע צוואַנציק יאָר. די קאַפּעליע האָט דווקא אויסגעקליבן דעם נאָמען „די פּרעשבורגער קלעמזער־קאַפּעליע‟ [Presburg Klezmer Band] צו שטעלן דעם טראָפּ אויפֿן המשך פֿונעם אַמאָליקן שפּרודלדיקן ייִדישן לעבן. אין 2015 האָט די גרופּע אַרויסגעגעבן איר זיבעטן קאָמפּאַקטל — „צוואַנציק יאָר‟ [20 Years], און די רעקאָרדירונג מאַכט אַ רושם מיט איר גײַסט און מוזיקאַלישקייט.
די קאַפּעליע שפּילט כּל־המינים ייִדישע מוזיק פֿון איבער דער גאַנצער וועלט: לידער אויף סלאָוואַקיש, אַ סאַמבאַ, פֿאָלקסלידער אויף ייִדיש, קלעזמער־מוזיק פֿון אונגערן און מאַרמאָרעש, און נאָך. מע הייבט אָן מיטן ליד „שבת אין פֿעלד‟ פֿונעם חסידישן קאָמפּאָזיטאָר יום־טובֿ ערליך; אַ ליד, באַקאַנט געמאַכט, אַ דאַנק מרדכי בן־דוד, און וואָס ווערט הײַנט געזונגען פֿון פֿאַרשיידענע נישט־חסידישע קאַפּעליעס. די זינגערס פֿונעם ליד (ס’איז מיר נישט קלאָר פֿונעם באַגלייט־ביכל, ווער עס זינגט וואָסער ליד) זינגען די ווערטער גיך, אָבער זייער ייִדישע שפּראַך, זייער אַרויסרעד, איז לײַכט צו פֿאַרשטיין, און אין אַלע לידער קען מען קלאָר הערן די ווערטער — אַ גרויסע מעלה די טעג, ווען זינגערס פֿון קאַפּעליעס קענען נישט קיין מאַמע־לשון.
אין די פֿריילעכע ערשטע צוויי מעלאָדיעס הערט מען, אַז די מוזיקער קענען אויסגעצייכנט שפּילן אויף זייערע כּלים — אַנדריי ווערנער אויפֿן פֿידל, מיראָ לאַגאָ אויפֿן קלאַרנעט, שנעזאַנאַ יאָוויטש־ווערער אויפֿן אַקאָרדיאָן, סאַמאָ אַלעקסאַנדער אויפֿן באַס, און יאַנאָ אָריסקאָ אויף די פּויקן.
די הויפּט־זינגערין מאַרטאַ פּאָטאַנטשאָקאָוואַ זינגט דאָס ליד „אַזוי לאַנג‟ פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן פּאַמעלעך און מיט געפֿיל, און דער פֿידלער אַנדריי ווערנער דריקט אויס פּערפֿעקט די מעלאַנכאָליש שטימונג. דער גרעסטער חידוש אינעם קאָמפּאַקטל איז אַן אַלט ייִדיש פֿאָלקסליד, וואָס זיי האָבן פֿאַרבעטן צו זינגען די עלטערע פֿרוי דאַלמאַ ספּיטסערנאָוואַ פֿונעם סלאָוואַקישן שטעטל ליפּטאָווסקי־מיקולאַש. זי זינגט אַ זעלטן ליד, וואָס איך האָב נאָר געהערט פֿון מײַן באָבען. די באָבע האָט עס אַזוי געזונגען:
וווּ זענען מײַנע וואָגן און פֿערד?
אַז איך בין אַרויסגעפֿאָרן האָבן געציטערט הימל און ערד
הײַנט בין איך אָרעם, שטיי איך פֿאַר דער טיר.
קומען צו גיין די שאָלטיקעס און לאַכן אָפּ פֿון מיר.
[…]
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/195214/delightful-cd-from-slovakia/?p=all#ixzz428nwSolr