Leivick in English

630 326

נישט לאַנג צוריק האָט דער אַמעריקאַנער פֿאַרלאַג „פֿינישינג לײַן פּרעס‟ אַרויסגעגעבן לעאָן גילדינס ענגלישע איבערזעצונגען פֿון ייִדישער פּאָעזיע, דער עיקר, פֿון לייוויק. אינעם נײַעם בוך זענען אויך אַרײַן לידער פֿון יעקבֿ גלאַטשטיין, חיים גראַדע, אַנאַ מאַרגאָלין און אַנדערע. די ליטעראַטור־קריטיקערין און שרײַבערין סאָניאַ דזשיימס האָט דעם 3טן מאַרץ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ רעזענציע וועגן גילדינס ווערק אויף דער וועבזײַט Journal-news.net.

דער איבערזעצער הייבט אָן זײַן בוך מיט אַן אַלגעמיינעם אַרײַנפֿיר אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, זיך פֿאָקוסירנדיק אויף די אַמעריקאַנער מחברים. ער שרײַבט, אַז די ייִדישע קולטור האָט זיך אין אַמעריקע אַנטוויקלט צוליב פֿאַרשיידענע מינים כּוחות, אַרײַנגערעכנט די שעפֿערישע אינטעליגענץ, פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען, געשעפֿטן און אינדוסטריע. „צום גרויסן חידוש‟, דערקלערט ער, איז די אינטעלעקטועלע אַנטוויקלונג פֿון ייִדיש געווען אַ פּראָדוקט פֿון דער סעקולערער ייִדיש־רעדנדיקער קהילה. הגם די אָרטאָדאָקסישע ייִדן האָבן זיך באַנוצט מיט ייִדיש ווי אַ גאַס־שפּראַך, באַטאָנט גילדין ווײַטער, האָט דווקא די וועלטלעכע סבֿיבֿה געשאַפֿן אַ קולטור, וואָס מע קאָן נישט פֿאַרגלײַך מיט וואָס־ניט־איז אַנדערש אין דער געשיכטע פֿון דער אַמעריקאַנער אימיגראַציע.

אין איר רעצענזיע, ציטירט דזשיימס די דאָזיקע ווערטער אָן אַ קאָמענטאַר. ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז פֿון דער היסטאָרישער פּערספּעקטיוו, קלינגט אַזאַ קאָמפּלימענט צווייפֿלהאַפֿטיק. קודם־כּל, די ענגליש־רעדנדיקע ליטעראַטור אין אַמעריקע שטאַמט דאָך אויך פֿון אייראָפּעיִשע קאָלאָניסטן און אימיגראַנטן; און די שפּאַניש־רעדער האָבן געשאַפֿן גאָר אַן אַנטוויקלטע קולטור.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/195240/leivick-in-english/#ixzz42SGqOIZA