Pearls of Yiddish in Kiev

630 370

פֿונעם 19טן ביזן 23סטן מאַרץ איז אין קיִעוו פֿאָרגעקומען דער ערשטער ספּעציעלער סעמינאַר פֿאַר ייִדיש־לערער, אָרגאַניזירט דורכן „ייִדישן פֿאָנד אין אוקראַיִנע‟ און אָנגעפֿירט דורכן ווילנער „אינטערנאַציאָנאַלן צענטער פֿון ייִדיש‟ בײַם „ייִדישן וועלט־קאָנגרעס‟.

אין דער פּראָגראַם פֿונעם סעמינאַר, וואָס האָט געטראָגן דעם נאָמען „פּערל פֿון ייִדיש‟, האָבן זיך באַטייליקט שול־לערער, דערציִער פֿון קינדער־גאָרטנס, סאָציאַלע באַאַמטע, מוזיקער און אַנדערע פּראָפֿעסיאָנאַלן פֿון אַ גאַנצער ריי אוקראַיִנישע שטעט, אַרײַנגערעכנט זשיטאָמיר, ניקאָלאַיעוו, אָדעס, כאַרקאָוו, כערסאָן, כמעלניצקי, טשערקאַס און טשערנאָוויץ. אויף דער עפֿענונג־צערעמאָניע זענען אויפֿגעטראָטן פֿאָרשטייער פֿונעם קולטור־מיניסטעריום.

די ייִדיש־לימודים אויפֿן סעמינאַר האָט געפֿירט ד״ר מרדכי יושקאָווסקי פֿון תּל־אָבֿיבֿ, אַ געבוירענער אין אוקראַיִנע. יושקאָווסקי פֿירט אויך אָן מיט די אַקאַדעמישע שטודיעס אינעם דערמאָנטן ווילנער צענטער. מאַרינאַ יאַקובאָוויטש, אַ ישׂראלדיקע זינגערין און אַקטריסע, אויך אַ געבוירענע אין אוקראַיִנע, איז אויפֿגעטראָטן מיט ייִדישע לידער. צווישן אַנדעקע לעקטאָרן זענען געווען צוויי אָרטיקע פּראָפֿעסיאָנעלע ייִדיש־לערער, אַרײַנגערעכנט נאַטאַליאַ רינדיוק און טאַטיאַנאַ באָטאַנאָוואַ.

יושקאָווסקי האָט זיך פֿאָקוסירט נישט בלויז אויף דער שפּראַך גופֿא; ער האָט געהאַלטן אַ סעריע לעקציעס וועגן דער געשיכטע און ליטעראַטור. אין איין לעקציע, וואָס האָט געהייסן „וואָס האָט ייִדיש צו זאָגן אינעם 21סטן יאָרהונדערט?‟, האָט ער ענטוזיאַסטיש דערציילט וועגן דער איצטיקער תּקופֿה אין דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון אונדזער שפּראַך.

[…]

ד״ר מרדכי יושקאָווסקי דערציילט וועגן דער שפּראַך־מלחמה צווישן ייִדישיסטן און העברעיִסטן אויפֿן קיִעווער סעמינאַר „פּערל פֿון ייִדיש‟, דעם 20סטן פֿעברואַר.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/195225/pearls-of-yiddish-in-kiev/#ixzz42Y8LFpzM