אויף דער וועבזײַט פֿון דער דײַטשישער צײַטונג „צײַט‟, וואָס גייט אַרויס אין האַמבורג, איז נישט לאַנג צוריק דערשינען אַן אינטערוויו מיטן פּענסיאָנירטן פּראָפֿעסאָר־לינגוויסט קריסטאָף גוטקנעכט, אַ באַקאַנטער מומחה אין ענגליש און גערמאַנישע שפּראַכן. אין דער צײַטונג „ייִדישע אַלגעמיינע‟ פֿירט ער אַ רובריק וועגן ייִדישע באָרג־ווערטער אין דײַטש. נישט לאַנג צוריק האָט גוטקנעכט אַרויסגעגעבן אַ בוך וועגן דעם ווערטער־אויסטויש צווישן די צוויי לשונות. וועגן דעם דאָזיקן ענין האָט מיט אים געשמועסט דער זשורנאַליסט אורס ווילמאַן. דער אינטערוויו טראָגט דעם טיטל „בליצפּאָסט‟.
זעלטן הערט מען הײַנט אין דײַטשלאַנד ייִדיש ווי אַ באַזונדערע שפּראַך, אַחוץ די ערטער, וווּ עס וווינען די עלטערע אימיגראַנטן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, און אָרטיקע ענטוזיאַסטן פֿון דער שפּראַך. פֿונדעסטוועגן, לעבן נישט ווייניק ייִדישע ווערטער אינעם טאָג־טעגלעכן לעקסיקאָן פֿון די געוויינטלעכע דײַטשן, ווען מע רעדט וועגן אַ „שטות‟, „חוצפּה‟. אין אַזעלכע ווערטער, ווי „גאַונער‟ און „פּאָלענטע‟, איז שווערער צו באַמערקן די ייִדישע עטימאָלאָגיע, אָבער זייערער וואָרצלען שטאַמען אויך פֿון ייִדיש.
גוטקנעכט איז מסכּים מיט מאַקס ווײַנרײַכס קלאַסישער טעאָריע, לויט וועלכער ייִדיש איז אויפֿגעקומען מיט טויזנט יאָר צוריק אינעם רײַנלאַנד־ראַיאָן. אינעם אינטערוויו האָט ער באַטאָנט, כּדי אָפּצוּוואַרפֿן דעם פֿאַרשפּרייטן סטערעאָטיפּ, אַז ייִדיש איז נישט אַ דיאַלעקט צי אַ זשאַרגאָן, נאָר אַ באַזונדער לשון.
[…]
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/195895/gauners-chutzpah/#ixzz44tPkBhvA