Watch “Der Vilner Jazn”

577 320

אין 1940 האָט מען אַרויסגעלאָזט דעם פּאָפּולערן ייִדישן פֿילם „דער ווילנער שטאָט־חזן‟. אין דער הויפּט ראָלע האָט געשפּילט דער חזן און פֿילם־שטערן משה אוישער, ווי אַ געוועזענער חזן, וואָס גייט אַראָפּ פֿונעם דרך און ווערט אַן אָפּערע־זינגער.

מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט דער „ייִדישפּיל‟־טעאַטער פֿאַרוואַנדלט דעם פֿילם אין אַ מוזיקאַלישער פֿאָרשטעלונג, וואָס נעמט אַרײַן עלעמענטן פֿון אָפּערע און חזנות. אין דער פֿאָרשטעלונג האָבן אָנטייל גענומען די אַקטיאָרן יעקבֿ באָדאָ, ששי קשת, ישׂראל טרײַסטמאַן, מאָניקאַ וואַרדימאָן, אורי קאַוואַלסקי און אַנדריי קאַשקער. דער ספּעקטאַקל האָט אויך אַרײַנגענומען אַן אָרקעסטער און אַ טרופּע טענצער.

אָט קענט איר זען די גאַנצע פּראָדוקציע:

און אָט איז אַ סצענע פֿונעם פֿילם מיט משה אוישער: