From the Pale of Settlement to Brooklyn

800 500

מיט העכער הונדערט יאָר צוריק האָט שמעון דובנאָװ געשריבן: „אַן עטנאָגראַף איז אױך אַ היסטאָריקער. דער אײנציקער חילוק איז, װאָס די היסטאָריקער פֿאָרשן דעם לאַנג־פֿאַרגאַנגענעם עּבֿר, בעת די עטנאָגראַפֿן פֿאָרשן דעם נאָענטן עבֿר און דעם איצט, װאָס בײדע װעלן זײ מיט דער צײַט װערן אַן ענין פֿון דער געשיכטע.‟

די דאָזיקע װערטער, װאָס פּראָפֿעסאָר דזשעפֿרי װײַדלינגער, דער רעדאַקטאָר פֿונעם זאַמלבוך „גײענדיק צו דעם פֿאָלק‟, ציטירט אין דער הקדמה, פֿאַרסך־הכּלען דעם עצם פֿונעם נײַעם קאָלעקטיװן אױפֿטו פֿון עטנאָגראַפֿן, היסטאָריקער און ליטעראַטור־פֿאָרשער.

דער ערשטער אָפּטײל פֿונעם זאַמלבוך איז כּולל אַכט קאַפּיטלען, װוּ עס ווערט באַהאַנדלט די געשיכטע פֿונעם „עטנאָגראַפֿישן אימפּעט‟ אין די ייִדישע פֿאָרשונגען. נאַטירלעך, אַז די צענטראַלע פֿיגור איז דאָ ש. אַנ־סקי. נתניאל דײַטש באַטראַכט אַנ־סקיס אײגענע פּאָזיציע לגבי זײַן עטנאָגראַפֿישן „אָביעקט‟, דעם ייִדישן עמך. צו יענער צײַט האָט זיך אַנ־סקי שױן דערװײַטערט פֿון פֿרומקײט און אַפֿילו פֿאַרגעסן אײניקע מינהגים. אָבער בעת זײַנע עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס אין אוקראַיִנע האָט ער צומאָל געדאַרפֿט מאַכן אַן אָנשטעל, אַז ער איז אַ פֿרומער ייִד, כּדי צו געװינען צוטרױ בײַ די שטעטלדיקע ייִדן. די דאָזיקע פּאָזיציע צװישן דעם אײגענעם און דעם פֿרעמדן איז ענלעך צו די הײַנטיקע פֿאָרשער אין אינדיע און אַפֿריקע, װאָס קערן זיך צוריק צו זײערע אײגענע פֿעלקער נאָך דעם, װי זײ האָבן פֿאַרבראַכט יאָרן אין אײראָפּע אָדער אַמעריקע.

גאַנץ אַנדערש האָט פֿאַרשטאַנען די אױפֿגאַבע פֿון דער ייִדישער עטנאָגראַפֿיע לעװ שטערנבערג. פֿאַר אים, דערקלערט סערגײ קאַן, איז דער עיקר פֿון דער ייִדישער עטנאָגראַפֿיע געװען צו פֿאָרשן דעם הײַנט, און ניט דעם נעכטן. שטערנבערגס אינטערעס איז געלעגן אין ראַדיקאַלע בײַטן פֿונעם ייִדישן שטײגער, ניט אין זײַן המשכדיקײט. און כאָטש זײ בײדע, אי אַנ־סקי אי שטערנבערג, זײַנען געװען רעװאָלוציאָנערן, איז זײער װיסנשאַפֿטלעכע ירושה ניט געװען צום האַרצן די סאָװעטישע מאַרקסיסטן. זײ האָבן באַטראַכט די ייִדישע קולטור װי אַ גאַנצקײט און ניט געמאַכט קײן גרױסן אונטערשייד צװישן דעם בירגערלעכן קלאַס און דעם פּראָלעטאַרישן.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/196195/from-the-pale-of-settlement-to-brooklyn/#ixzz45wciduGl