Good News For Descendants of Litvaks

630 326

דער ליטווישער פּאַרלאַמענט האָט אָנגענומען אַ געזעץ־פּראָיעקט, וואָס וועט דערמעגלעכן ליטווישע ייִדן אין אויסלאַנד און זייערע אָפּשטאַמלער צו קריגן בירגערשאַפֿט.

לויט דער לעגיסלאַציע, וואָס איז דאָנערשטיק אָנגענומען געוואָרן אינעם „סיימאַס‟ (פּאַרלאַמענט) אין ווילנע, קאָנען די ליטוואַקעס, וואָס האָבן פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד פֿאַרן יאָר 1990, און זייערע יורשים, ווערן ליטווישע בירגער, אָן צו דאַרפֿן מוותּר זײַן אויף זייער איצטיקער נאַציאָנאַליטעט.

די לעגיסלאַציע איז אָנגענומען געוואָרן, 141 קעגן 96, גיט איבער די „באַלטישע נײַעס־דינסט‟. די ליטווישע פּרעזידענטין דאַליאַ גריבאָסקײַטע מוז גוטהייסן דעם געזעץ־פּראָיעקט, איידער ער ווערט גילטיק.

ביז איצט האָבן די ייִדן, וואָס זייערע אָבֿות האָבן פֿאַרלאָזט ליטע בעת איר קורצער תּקופֿה פֿון אומאָפּהענגיקייט — צווישן 1919 און 1940 — נישט געקאָנט קריגן ליטווישע בירגערשאַפֿט. די געריכטן האָבן געהאַט געפּסקנט, אַז די וואָס זענען אַוועק בעת יענער עפּאָכע קאָנען נישט פֿאַררעכנט ווערן פֿאַר פּאָליטישע פּליטים און קאָנען דערפֿאַר נישט אײַנגעבירגערט ווערן; בלויז די דיסידענטן וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿונעם קאָמוניסטישן רעזשים זענען באַרעכטיקט צו קריגן בירגערשאַפֿט, האָבן די ריכטער גענטענהט.

די קריטיקער פֿון דער פּאָליטיק האָבן אָבער געענטפֿערט, אַז צוליב דעם וואָס 95% פֿון די ליטווישע ייִדן זענען דערמאָרדעט געוואָרן אינעם חורבן, דאַרף מען באַצייכענען יענע ייִדן וואָס זענען אַנטלאָפֿן במשך פֿון די 20 יאָר פֿאַרן גענאָציד ווי פּאָליטישע פּליטים ווײַל זיי זענען אַנטלאָפֿן פֿון אַ געפֿערלעכער סיטואַציע.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/197664/good-news-for-descendants-of-litvaks/#ixzz4Cp64tQUU