(די 2 טע זײַט פֿון 2)
לאָמיר דאָ ברענגען אַ פּאָר בײַשפּילן. אין אונגערישן ייִדיש איז דער היפּוך פֿון „שנעל“ (בײַ אונדז, „גיך“) נישט „פּאַמעלעך“ אָדער „פּאַװאָליע“ אָדער „לאַנגזאַם“ (כאָטש מע באַגעגנט די װערטער גענוג אָפֿט אין דער געשריבענער שפּראַך בײַ חסידים), נאָר „שטאַט“, װאָס װערט אַרױסגערעדט מיט אַ לאַנגן װאָקאַל:
אױך אין סינטאַקס געפֿינען זיך װיכטיקע אונטערשײדן צװישן כּלל־ייִדיש און הײמיש־אונגערישן ייִדיש. אין אַ סך פֿאַלן (אָבער נישט אַלע מאָל) װערט דאָס װאָרט „אױב“ פֿאַררעכנט פֿאַר אַ זאַצאײנס, װאָס דערנאָכדעם דאַרף קומען דער װערב, למשל: „אױב װײסטו“ (=אױב דו װײסט), „אױב קען מען“ (=אױב מע קען), „אױב מײנט עץ“ (=אױב איר מײנט). דער ענין פֿאָדערט אַ פּינקטלעכע לינגװיסטישע פֿאָרשונג, כּדי צו דערגײן װי אָפֿט און אין װאָסערע קאָנטעקסטן דער קאָניוגירטער װערב קומט גלײַך נאָכן װאָרט „אױב“. אָבער דערװײַלע קען מען דאָס פֿאָרשטעלן אין קלאַס, די סטודענטן זאָלן כאָטש װיסן אַז ס’איז דאָ אַזאַ מין װאַריאַציע אין ייִדישן סינטאַקס פֿונעם הײמישן ציבור, און אַז ס’איז נישט קײן גרײַז.
פֿאַראַן אָן אַ שיעור אַנדערשקײטן צװישן דעם כּלל־ייִדיש און דעם ייִדיש װאָס מע רעדט אױף דער חסידישער גאַס. אַז דער לערער רעדט נישט װעגן זײ אין קלאַס בלײַבט דער סטודענט אָן די געהעריקע מיטלען זיך צו קענען פֿאַרטיפֿן אין דער שפּראַך פֿון די פֿרומע קרײַזן — צו לײענען װאָס זײ שרײַבן און פֿאַרשטײן װאָס זײ רעדן. דערבײַ פֿאַרלירט מען אַ געלעגנהײט צונױפֿצופֿירן די צװײ צדדים — ד״ה, צו בױען אַ בריק צװישן די ייִדישיסטן און די חסידים. דער לערער װאָס רעדט נישט װעגן דעם חסידישן ייִדיש קען, װילנדיק צי נישט־װילנדיק, אײַנפֿלאַנצן אינעם סטודענט דאָס געפֿיל אַז די שפּראַך איז װײניקער שײן, װײניקער געשמאַק, װײניקער גראַמאַטיש װי דאָס לשון װאָס מע לערנט אין די אוניװערסיטעטן. אַפֿילו אַז דער לערער האַלט נישט פֿונעם הײַנטצײַטיקן חסידישן ייִדיש (פֿאַראַן אַזעלכע לערערס…) זאָל דער סטודענט קומען צו זײַן אײגענעם אױספֿיר.
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/198442/yiddish-with-a-yud/?p=all#ixzz4GTYrIAWF

