Exhibit on the History of the Toronto Yiddish Theater

630 521

ווייניק מענטשן ווייסן, אַז אין טאָראָנטאָ, קאַנאַדע האָט אַ מאָל געבליט דער ייִדישער טעאַטער. אַ דאַנק אַן אויסשטעלונג בײַ די „אָנטאַריער ייִדישע אַרכיוון‟, קען מען זיך אַ סך דערוויסן וועגן יענער עפּאָכע.

אין דער ערשטער האַלב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט האָט מען אינעם סטאַנדאַרד־טעאַטער (געבויט אין 1922), און אינעם ליריק־טעאַטער אָדער נאַציאָנאַלן טעאַטער (1907) כּסדר געשפּילט ייִדישע ווערק. אַפֿילו העט נאָך אין 1897 האָט מען שוין אויפֿגעפֿירט אַ ייִדישע פּיעסע אין דער וואַקסנדיקער ייִדישער שטאָט.

צווישן אַנדערע טשיקאַוועסן און אַרטיפֿאַקטן פֿאַרבליבענע פֿון די טעאַטער־בלי־יאָרן קען מען געפֿינען פֿליבלעטלעך, פּרײַזן־רשימות און אַפֿישן, אַרײַנגערעכנט אַן אַפֿיש וועגן דער פּיעסע „שיינדעלע פֿון סלאָבאָדקע“, וואָס ס׳האָט אויפֿגעפֿירט דער סטאַנדאַרד־טעאַטער אין 1928. דעם פּלאַקאַט האָט מען צופֿעליק אַנטדעקט מיט צענדליקער יאָרן שפּעטער בײַם רעמאָנטירן דעם בנין אין 1982. מע האָט געפֿונען דעם פּלאַקאַט אין גאַנצן פֿאַרדרייט אין אַ קנויל און פֿאַרשטעקט אין אַ קוימען — אַ פּנים, כּדי צו באַשיצן פֿון דער צוגלופֿט וואָס בלאָזט כּסדר אַרײַן.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/199468/exhibit-on-the-history-of-the-toronto-yiddish-thea/#ixzz4Kj5a0mcR