New Yorkers Can Now Register to Vote in Yiddish

630 326

די וואַל־קאָמיסיע פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק שטעלט איצט צו שטים־רעגיסטריר־בויגנס אויף ייִדיש.

די פֿאָרמולאַרן האָט מען שוין געקענט באַקומען דעם פֿאַרגאַנגענעם מאָנטיק, לויט אַ דעקלאַראַציע פֿונעם שטאַטישן אַסאַמבליי־מאַן דבֿ חײַקינד, אַ ברוקלינער דעמאָקראַט. חײַקינד זאָגט אַז ער האָט נאָך אין דעצעמבער געבעטן, אַז די וואַל־קאָמיסיע זאָל די פֿאָרמולאַרן צושטעלן אויף ייִדיש.

„אַלע האָבן דאָס רעכט אַז מע זאָל הערן זייער קול און מע זאָל קענען שטימען,‟ האָט חייקינד געזאָגט. „איצט קענען שוין ייִדיש־רעדנדיקע וויילערס זיך גרינגערהייט פֿאַררעגיסטרירן.‟

„פֿאַראַן אַ גרויסע ייִדיש־רעדנדיקע באַפֿעלקערונג אַפֿולו מחוץ דער פֿרומער קהילה,‟ האָט חײַקינד באַמערקט בעת אַן אינטערוויו מיטן ייִדישן נײַעס־בלאָג „וואָס איז נײַעס‟. „אַ סך מענטשן אין דער רוסישער קהילה רעדן אויך פֿליסיק ייִדיש. ייִדיש איז נישט בלויז אַ שפּראַך פֿאַר עלטערע לײַט. אויב מע גיט אַ קוק אויף די קיאָסקן לעבן מײַן ביוראָ וועט מען זען אַ סך צײַטונגען, אַלע געדרוקט אויף ייִדיש.‟

לויטן געזעץ מוזן אַלע שטאָטישע אײַנוווינער אויספֿילן דעם שטים־רעגיסטריר־בויגן, כּדי זיך צו באַטייליקן אין די וואַלן. צוליב דעם וואָס אַ צאָל תּושבֿים קענען נישט גוט ענגליש, מוז די וואַל־קאָמיסיע צושטעלן דעם דאָקומענט אויף כּלערליי שפּראַכן, ווי ענגליש, בענגאַליש, מאַנדאַריניש, קאָרעיִש, שפּאַניש און עלף אַנדערע שפּראַכן — אַרײַנגערעכנט איצט אויך ייִדיש.

דער טערמין אויף זיך צו רעגיסטרירן צו שטימען אין די כּלל־וואַלן דעם 8טן נאָוועמבער איז פֿרײַטיק, דער 14טער אָקטאָבער.

די ייִדיש־שפּראַכיקע רעגיסטריר־בויגנס קען מען אַראָפּלאָדן פֿון: http://www.nyccfb.info/PDF/nyc_votes/forms/YI_Registration_Form.pdf

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/199514/new-yorkers-can-now-register-to-vote-in-yiddish/#ixzz4KvD5Picf