Yiddish Concert in London — Under the Open Skies

630 514

עדעס יאָר, אינעם רעגענטן־פּאַרק אין לאָנדאָן, פֿירט מען אויף זייער אַ פֿײַנעם קלעזמער־פֿעסטיוואַל א״ט „קלעזמער־מוזיק/קלעזמאָרים אין פּאַרק“. כאָטש אויף דער אונטערנעמונג שפּילן שטענדיק אַ צאָל טאַלאַנטירטע קאַפּעליעס, איז דער הײַיאָריקער פֿעסטיוואַל געווען „נאָך בעסער און אַ סך מער ייִדישלעך ווי אַלע מאָל“, האָט באַמערקט די ייִדיש־לעקטאָרין אין אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט, ברוריה וויגאַנד. מע האָט אויך געקענט הערן מוזיקערס פֿון איבער גאָר דער וועלט, פֿון גאַנע ביז אינדיע.

די קאָנצערטן האָבן זיך געצויגן פֿון 12:30 בײַ טאָג ביז 6:30 אין אָוונט. מ׳האָט געהערט די לאָנדאָנער קלעזמער־קאַפּעליע „טאַנץ“, ווי אויך די לאָנדאָנער גרופּע „דאָן קיפּער“, וואָס שפּילט אַ געמיש פֿון קלעזמער־מוזיק, ציגײַנער־מוזיק און באַלקאַנישער מוזיק. מיט אַ חבֿרה לאָנדאָנער קלעזמאָרים איז אויפֿגעטראָטן לאָרין סקלאַמבערג, און ס׳האָט זיך אויך באַטייליקט די קאַפּעליע „די טורבאַנען“, וואָס שפּילט דער עיקר באַלקאַנישע און ציגײַנער־מוזיק.

פּאָלינאַ שעפּערדס ייִדיש־כאָר איז אויך אויפֿגעטראָטן. „אין דער אמתן איז דאָס געווען אַ קאָמבינאַציע פֿון צוויי ייִדיש־כאָרן,‟ האָט וויגאַנד דערקלערט. „סײַ אונדזער לאָנדאָנער ייִדיש־כאָר סײַ פּאָלינאַס ׳חוצפּה־כאָר׳ פֿון ברײַטאָן‟.

אַפֿילו פֿון אַ גרופּע קלעזמער־מוזיקערס אויף שטאָלצן האָט דער עולם הנאה געהאַט.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/199518/yiddish-concert-in-london-under-the-open-skies/#ixzz4L1q5DMtk