Uman Can Be A Blessing For Our Husbands

1024 768

עס איז א געהעריגער טאג אינעם לופט־פעלד אבער נישט פונקט ווי געווענטליך. עס זענען דא א סך מער חסידים און אלע סארטן אידן: אלערליי לבוש און אלע קאלירן יארמולקעס. אין דער זייט זיצט א אידל מיט זיין פידל און זינגט א ברסלב’ער זמר, אינעם אנדערן עק זיצט א אינגערמאן פאר׳דביקות׳ט אין א ליקוטי מוהר”ן ספר׳ל.

אויף לינקס איז דא א מנין מנחה און אויף רעכטס — א גרופע בחורים וואס צעטיילן זיך מיט ציגארן וואס מען האט זיך איינגעהאנדלט פאר א גוטן פרייז אין „דוטי פרי‟ מארק. אונטער די פיס לויפן קליינע אינגעלעך און שפילן „גלחים, לויפטס!‟. וועט איר פרעגן וואס איז דא געשען? וועל איך אייך זאגן: ס׳איז אומן ראש השנה.

ר׳ נחמן מברסלב זצ״ל האט געזאגט: „ראש השנה שלי עולה על הכל. ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס.‟ ווי דער רבי זאגט ווייטער: „יא געגעסן, נישט געגעסן, יא געדאוונט, נישט געדאוונט, אבער יעדער דארף זיין ביי מיר ראש השנה.‟

די ברסלב’ער חסידים פירן זיך שוין אזוי יארן לאנג — עולה רגל זיין קיין אומן צום רבינס ציון כדי צו פועלן ביי אים א גוט געבענטשט יאר. ווי ס׳שטייט אין די ספרים, זענען די צדיקים ווי אדוואקאטן. און ווער וויל דען נישט האבן א גוטן אדוואקאט צו פועלן א זיס יאר.

(לויט וואס איך האב געהערט פון מיין חשובן מאן וואס איז א ברסלב׳ער) זיצן טויזענטער אידן און בעטן און וויינען. זיי רייסן איין וועלטן און פועל׳ן אויס ישועות מיט רפואות פאר זייערע ליבסטע. אנדערע זיצן מיט א תהילים און חזרן דאָס איבער און איבער. אידן זינגען צוזאמען. מען טאנצט אין שפרינגט. און די שענסטע זאך איז — אז מען זעהט אלע מיני אידן זענען באחדות, נישט קיין חילוק וויאזוי זיי זעען אויס אדער וואס פארא לבוש זיי טראגן. עס איז ממש א בליק וויאזוי ביאת המשיח וועט אויסקוקן און ווי מען וועט זיך דארט פארטראגן.

[…]

Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/through-riki-s-eyes/199666/uman-can-be-a-blessing-for-our-husbands/#ixzz4LoHRUFIX