Toronto Holocaust Center’s Archives Digitized

630 158

אַ דאַנק דער אינטערנעץ זענען די פֿילמירטע גבֿית־עדותן פֿון ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה הײַנט צוטריטלעך צו מענטשן פֿון איבער דער גאַנצער וועלט.

די גרויסע זאַמלונגען פֿון אינטערוויוען, וואָס עס האָבן געמאַכט דער חורבן־צענטער אין לאָס־אַנדזשעלעס און „יד־ושם‟ אין ירושלים זענען די באַקאַנטסטע פּראָיעקטן אַזעלכע, אָבער מענטשן אין קהילות איבער דער וועלט האָבן געשאַפֿן ענלעכע פּראָיעקטן. איינע פֿון אָט די זאַמלונגען האָט געשאַפֿן דער טאָראָנטער חורבן־פֿאָרשונג־צענטער אויפֿן נאָמען פֿון שׂרה און חיים ניובערגער אין די 1980ער יאָרן, איידער דער באַקאַנטער פֿילם־רעזשיסאָר סטיווען שפּילבערג האָט געשאַפֿן דעם „שואה־פּראָיעקט‟ בײַם „דרום־קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט‟ מיטן געלט, וואָס ער האָט באַקומען פֿאַר זײַן חורבן־פֿילם „שינדלערס ליסטע‟.

לעצטנס האָט מען אַנאָנסירט אַז די קאָלעקציע פֿון אינטערוויוען מיט ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה אין טאָראָנטאָ וועט די וואָך פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן ווי אַ דיגיטאַלישע זאַמלונג, וואָס דער ברייטער עולם קען זען אין ספּעציעלע קיאָסקן בײַם „חורבן־צענטער‟. כאָטש מע האָט געמאַכט די אינטערוויוען מיט יאָרן פֿאַר די „שפּילבערג־אינטערוויוען‟, האָבן ניט קיין סך מענטשן זיי געזען, ווײַל מע האָט זיי לכתּחילה רעקאָרדירט אויף אַלטע „VHS‟־טאַשמעס, וואָס מע קען ניט גרינג פֿאַרשפּרייטן. אַ דאַנק דער איצטיקער דיגיטאַליזירונג וועלן די פֿאָרשער פֿון איבער דער וועלט קענען זען די אוניקאַלע פֿילמען דורך דער אינטערנעץ. אַחוץ די 400 רעקאָרדירטע אינטערוויוען וואָס מע האָט געמאַכט אין טאָראָנטאָ, האָט מען אויך דיגיטאַליזירט 600 ענלעכע אינטערוויוען פֿון מאָנטרעאָל און 200 אינטערוויוען פֿון אַנדערע שטעט און שטעטלעך אין קאַנאַדע.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/200060/toronto-holocaust-centers-archives-digitized/#ixzz4NqMa2qsy