School Where 300 Graduates Have Died Fighting For Israel

630 420

אויף דער וואַנט לעבן דער ביבליאָטעק פֿון דער שול „בית הספר הריאלי העבֿרי בחיפֿה“ הענגט אַ רשימה נעמען. דער סאַמע לעצטער נאָמען איז שירה צור, אַ 20־יעריקע גראַדואַנטקע וואָס איז אומגעקומען דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש ווען אַ פּאַלעסטינער האָט בכּיוון אַרײַנגעקראַכט אַ משׂא־אויטאָ אין אַ גרופּע סאָלדאַטן אויף אַ ירושלימער גאַס, און דערמיט געהרגעט צור מיט דרײַ פֿון אירע חבֿרים סאָלדאַטן.

צורס טויט איז געווען אַ פֿינצטערער מײַלשטיין פֿאַר דער שול. זי איז דער 300סטער גראַדואַנט פֿון דער שול וואָס איז אומגעקומען בשעתן דינען אין צה״ל. אַלע 300 נעמען הענגען אויף דער גלעזערנער וואַנט.

ס׳רובֿ תּלמידים האָבן זיך דערוווּסט וועגן איר טויט אויף טעלעוויזיע יענעם אויף דער נאַכט, נאָך דעם וואָס די ישׂראלדיקע אינסטאַנצן האָבן באַקאַנט געמאַכט איר נאָמען. דעם צווייטן טאָג אין שול האָט מען אויפֿגעשטעלט אַן אומפֿאָרמעלן דענקמאָל אויף דער קאַמפּוס־סטעזשקע, מיט איר פֿאָטאָגראַפֿיע און אַן אָנגעצונגענעם ליכטל.

די „ריאלי“־שול, װאָס באַשטײט פֿון 4,000 תּלמידים פֿון קינדערגאָרטן ביזן לעצטן קלאַס פֿון דער מיטלשול, האָט אַן עליטישן שם אין ישׂראל. פֿאַר וואָס זשע זענען אַזוי פֿיל פֿון אירע גראַדואַנטן אומגעקומענע אין מיליטער?

איין סיבה איז פּשוט ווײַל „ריאלי“ עקסיסטירט שוין מער ווי הונדערט יאָר און איז צווישן די עלטסטע און טײַערסטע שולן אין לאַנד. צווישן אירע אַלומני: 37 געווינערס פֿונעם ישׂראל־פּריז, דרײַ ריכטערס פֿונעם העכסטן געריכט, און איין געוועזענער פּרעזידענט, עזר ווײַצמאַן.

צווייטנס, איז אַ הויפּטציל פֿון דער שול טאַקע אויסצופֿורעמען די סמעטענע פֿונעם מיליטער. „ריאלי“ שיקט אַ סך סטודענטן אין די עליטישע טיילן פֿון דער אַרמיי, וואָס זענען אָפֿט אויך די סכּנהדיקסטע. אַחוץ דער סתּם מיטלשול, האָט „ריאלי“ אויך אַ מיליטערישן פּאַנסיאָנאַט וווּ די תּלמידים גרייטן זיך צום מיליטער בעת זיי לערנען זיך די לימודים. לויטן פּרינציפּאַל, יוסי בן־דבֿ, דינען 98.5 פּראָצענט פֿון דער סטודענטנשאַפֿט אין צה״ל, וווּ זיי ווערן רעקרוטירט אין איינסן ווי „סירת מטכ״ל‟ — אַ קאָמאַנדאָ־אָפּטייל, און ”סירת צנחנים“, אַ פּאַראַשוטיסטן־אָפּטייל. אַזוינע סאָלדאַטן וואַרטן נישט פּשוט אויס דעם מינימום מוזדינסט — וואָס אַלע ייִדישע 18־יעריקע, ווי אויך דרוזישע מענער, אין ישׂראל מוזן דאָס טאָן — נאָר דינען ממש דער מדינה אַ גאַנץ לעבן, און דערפֿאַר איז אַ גרעסערע ריזיקע אַז זיי זאָלן אומקומען.

די שולן פֿאַרגעדענקען די אומגעקומענע גראַדואַנטן ווי אַ מיטל אַרויסצורופֿן אַ ציוניסטישע אידענטיטעט, און כּדי אײַנצופֿלאַנצן יונגערהייט אַ ייִראת־הכּבֿוד פֿאַר די געפֿאַלענע. די לערן־סבֿיבֿה אין „ריאלי“ איז דורכגעזאַפּט מיט פֿאַררופֿן אויף מלחמה־קרבנות.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/202697/school-where–graduates-have-died-fighting-for/#ixzz4a0ff3C3u