A “Readers Digest” in Yiddish

610 204

כאָטש דער „לעבנס־פֿראַגן‟, דער ייִדיש־שפּראַכיקער אָרגאַן פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟ אין ישׂראל, קומט שוין עטלעכע יאָר מער ניט אַרויס ווי אַ גערדרוקטן זשורנאַל, גייט זײַן רעדאַקטאָר יצחק לודען אָן ווײַטער מיטן אַרויסגעבן נײַע אַרטיקלען אויף זײַן וועבזײַט.

לעצטנס האָט ער אַרויסגעשיקט אַ זאַמלונג פֿון איבער 90 אַרטיקלען, לידער, עסייען און רעפּאָרטאַזשן פֿון זײַן עלעקטראָנישער אויסגאַבע, וואָס ער רופֿט אָן „דעם פֿרײַען לעבנס־פֿראַגן‟, ווי אַ פּי־די־עף. די זאַמלונג נעמט אַרײַן ניט בלויז זײַנע אייגענע עסייען און מיינונגס־אַרטיקלען וועגן די הויפּט פּאָליטישע געשעענישן פֿון די פֿאַרגאַנגענע צוויי יאָר, נאָר אויך אַ ריי אַרטיקלען אויף ייִדיש פֿון אַנדערע שרײַבער אַרײַנגערעכנט יצחק ניבאָרסקי, מיכאל קרוטיקאָוו, דזשאָרדין קוציק, צבֿי אײַזנמאַן, יואל מאַטוועיעוו, ישׂראל רודניצקי און לאה־מרים גראָסמאַן. אַחוץ די אַרטיקלען אויף ייִדיש געפֿינט מען אַ ריי אַרטיקלען אויף העברעיִש פֿון דער ישׂראלדיקער פּרעסע, ווי אויך איבערזעצונגען אויף ענגליש און העברעיִש פֿון עטלעכע פֿון יצחק לודענס אַרטיקלען.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/203311/a-readers-digest-in-yiddish/#ixzz4dV1iVKLz