Lecture in Honor of Mordkhe and Charne Schaechter

630 326

צום צענטן מאָל פֿירט די „ייִדיש־ליגע‟, צוזאַמען מיטן „ייִוואָ‟, אָן מיט אַן אַקאַדעמישן רעפֿעראַט אויף ייִדיש לזכר דעם לינגוויסט און אַקטיוויסט פֿאַר ייִדיש, מרדכי שעכטער ז׳׳ל. זינט עס איז אַוועק זײַן פֿרוי טשאַרנע שעכטער ז׳׳ל אין 2014 ווידמען די צוויי אָרגאַניזאַציעס די פּראָגראַם אויך איר אָנדענק.

הײַיאָר וועט ד׳׳ר רחמיאל פּעלץ, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע שטודיעס אין „דרעקסל־אוניווערסיטעט‟, האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דער השפּעה פֿון אוריאל ווײַנרײַך ז׳׳ל אויף די ייִדישיסטן אין אַמעריקע. ד׳׳ר פּעלץ וועט דערקלערן ווי אַזוי דער יונגער לינגוויסט, וואָס איז פֿריצײַטיק געשטאָרבן מיט פֿופֿציק יאָר צוריק, האָט געדינט ווי אַ בריק צווישן די ייִדישיסטישע באַוועגונגען אין מיזרח־אייראָפּע און אַמעריקע. ד׳׳ר שעכטער האָט נאָענט צוזאַמענגעאַרבעט מיט אוריאל ווײַנרײַך בײַם „ייִוואָ‟ און איז לאַנגע יאָרן געווען אַ שפּראַכלערער אין דער זומער־פּראָגראַם אויף ד׳׳ר ווײַנרײַכס נאָמען. דער רעפֿערענט אַליין, ד׳׳ר רחמיאל פּעלץ, איז געווען אַן אַקטיווער טוער אין דער ייִדישיסטישער יונגט־אָרגאַניזאַציע „יוגנטרוף‟, בעת ד׳׳ר שעכטער איז געווען דער בעל־יועץ.

אַחוץ דעם הויפּטרעדנער וועט אַרעלע ווישוואַנאַט, אַן אייניקל פֿון מרדכי און טשאַרנע שעכטער, וואָס איז אַליין אַ טאַלענטירטער לינגוויסט און שפּראַכקענער, רעדן וועגן זײַנע פּערזענלעכע זכרונות פֿון זײַן באָבע־זיידע. אין דער מוזיקאַלישער טייל פֿון פּראָגראַם וועט אויפֿטרעטן די זינגערין אינאַ באַרמאַש.

די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 9טן יולי, 1 אַ זייגער נאָך מיטאָג. כּיבוד וועט סערווירט ווערן נאָך דער פּראָגראַם. דער אײַנטריט איז בחינום אָבער מע דאַרף זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער. כּדי צו רעזערווירן אַ בילעט באַזוכט: https://yivo.org/Schaechter2017.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/204557/lecture-in-honor-of-mordkhe-and-charne-schaechter/#ixzz4k5h28Jf1