עס בלײַבט הײַנט כּמעט ניט קיין שפּור פֿון די אַמאָליקע ייִדישע טעאַטערס אויף דער צווייטער עוועניו. כּדי צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן בראָדוויי האָט אייב ליבעוואָל ז׳׳ל, דער אייגנטימער פֿונעם „צווייטן־עוועניו דעלי‟ און אַ גרויסער אָנהענגער פֿונעם ייִדישן טעאַטער, געשאַפֿן די „שטערן־סטעשקע פֿון ייִדישן טעאַטער‟ פֿון פֿאָרנט פֿון זײַן רעסטאָראַן.
די סטעשקע באַשטייט פֿון אַ סעריע טאָוולען אויפֿן טראָטואַר וואָס גיבן אָן די נעמען פֿון די אַמאָליקע שטערן פֿונעם ייִדישן טעאַטער. די סטעשקע איז געוואָרן אַן אַטראַקציע פֿאַר זיך און אַ ריי פֿון די געוועזענע שטערן פֿונעם ייִדישן טעאַטער זענען בײַגעווען אויף דער אַנטפּלעקונג פֿון זייער אייגענעם „שטערן‟; אַרײַנגערעכנט פֿײַוויש פֿינקל, ליליאַן לוקס, קלייר בייגלמאַן (פֿון די שוועסטער בערי), מינע בערן און מײַק בורשטיין (אים צו לאַנגע יאָר).
די שטערן־סטעשקע געפֿינט זיך אָבער הײַנט ניט אין קיין גוטן מצבֿ. דער „צווייטער עוועניו־דעלי‟ געפֿינט זיך שוין 11 יאָר ניט אויף דער צווייטער עוועניו און אויפֿן אָרט שטייט הײַנט אַ באַנק. דער באַקאַנטער אייגנטימער פֿונעם דעלי, אייב ליבעוואָל, אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה וואָס האָט אים געגרינדעט אין 1953, איז טראַגיש אומגעקומען אין 1996 בעת אַ רויבערײַ. זײַן ברודער דזשעק האָט איבערגענומען דעם רעסטאָראַן ביז ער האָט זיך אַריבערגעצויגן אין צוויי אַנדערע לאָקאַלן. הײַנט צעברעקלען זיך שוין די טאָוולען פֿון דער „שטערן־סטעשקע‟ און מע קען קוים איבערלייענען די נעמען.
[…]