“Dayne Sheine Oygn” – Your Pretty Eyes

500 351

אַ גאַסט אין הויז איז אַן אמתע סיבה פֿאַר אַ יום־טובֿ. און ווען דער גאַסט איז אַ יונגער־מאַן, וועלכער רעדט אויף דײַן היימישן „בעסאַראָבער‟ ייִדיש, איז דאָס אַ טאָפּלטער יום־טובֿ. דער בכּבֿודיקער גאַסט הייסט זכריה שולמאַן, און ער איז דער דירעקטאָר פֿון דעם איבערזעצונג־איניציאַטיוו בײַם ביכער־צענטער אין עמהערסט, מעסעטשוסעטס. שױן שפּעט אין אָוונט פֿרעגט מיך פּלוצעם זכריה צי איך קען שיקאָ אַראַנאָווס ליד „דײַנע שיינע אויגן‟, און צי ווייס איך, אַז דער מחבר פֿון די ווערטער, ליוויִו דעליאַנו, הייסט אין דער אמתן ליפּע קליגמאַן. מאַי רבֿותא, וואָס איז אַזוי גרויס דער וווּנדער? ער און זײַן פֿרוי אַסיע האָבן זייער ליב דאָס ליד און געוואָלט עס זינגען אויף ייִדיש, אָבער ניט געפֿונען די ייִדישע איבערזעצונג.

נו, מילא, אַז אַ גאַסט בעט, ס’זײַנען ניטאָ קיין תּירוצים. מע זעצט זיך צום טיש און מע פֿילט אויס זײַן בקשה. איך וויל נאָר צוגעבן, אַז דאָס ליד „דײַנע שיינע אויגן‟ (Ochii tai frumosi) איז געווען און געבליבן איינע פֿון די פּאָפּולערסטע ראָמאַנטישע לידער אין בעסאַראַביע.

צי קען דען זײַן אַ בעסערע מתּנה צום עונג־שבת ווי אויסצופֿירן אַ וווּנטש פֿון אַן אורח? דער עיקר, האָט מיר אַ גוטן שבת.

װערטער: ליװיו דעליאַנו (ליפּע קליגמאַן)
מוזיק: שיקאָ אַראַנאָװ (ישעיהו אַהרנאָוויטש)

אין חודש מײַ
עס בליִען נעכט נאָר װי אַ בלום.
און די לבֿנה־שײַן
באַזילבערט דעם אַרום.
פֿון אַלע עקלעך,
איך הער די גלעקלעך,
און דײַנע אױגן
ציִען מיך פֿון אומעטום.
פֿון דײַן אױגנשײַן
יעדע נאַכט איז פֿײַן,
װי צװײ שטערן פֿון גן־עדן
לײַכטן זײ פֿאַר מיר.
אין דער שטיל פֿון דײַנע אױגן,
אױפֿן ליבע־בױגן,
יעדן אָטעם שענק איך נאָר דיר.
פֿון דײַן אױגנשײַן
יעדע נאַכט איז פֿײַן,
און די שטערן אױפֿן הימל
בליִען מלא־פּראַכט.
און די ליבע, שטילע, רײנע,
װעט אונדז הײַנט אין אײנעם
בענטשן אין מיטן דער נאַכט.

אין חודש מײַ
דער טאָג פֿאַרגייט אין שקיעה־פֿלאַם,
און די לבֿנה־שײַן
צערײַסט די הימלראַם.
כ’וויל לעבן דיר זײַן,
אַ שטראַל פֿון דײַן שײַן,
ווײַל דײַנע ליפּן
זײַנען זיסער פֿון באַלזאַם.

Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/189486