The Entire Talmud in Yiddish

630 326

ווילט איר זיך צוהערן צו אַ ריזיקן קוואַל פֿון לעקציעס אויפֿן פּוילישן ייִדיש מיט אַן אויטענטישן למדנישן טעם? שוין לאַנג זענען אויף דער אינטערנעץ פֿאַראַן די גמרא־שיעורים פֿון הרבֿ אַבֿרהם קאַרפּ ז״ל. יעדן טאָג, ווערן אויף דער וועבזײַט Kolavrohom.com אויסגעשטעלט זײַנע שיעורים פֿון „דף־יומי‟, דעם טעגלעכן בלאַט גמרא, וואָס אין געוויסע פֿרומע קהילות לערנט מען יעדן טאָג, לויט אַ געוויסן קאַלענדאַר, וואָס הרבֿ מאיר שאַפּיראָ האָט צוגעטראַכט אינעם יאָר 1923. מיט דרײַ וואָכן צוריק האָט מען אָנגעהויבן לערנען די מסכתּא „גיטין‟.

נישט לאַנג צוריק, האָט דער „פֿאָרווערטס” דערציילט וועגן דעם ליובאַוויטשער פּראָיעקט פֿון ייִדיש־שיעורים. די אָרגאַניזאַציע „קול אַבֿרהם‟, וואָס געפֿינט זיך אין קראָון־הײַטס און פֿירט אָן מיט דער דערמאָנטער וועבזײַט, איז אַן אַנדער וויכטיקער בײַשפּיל פֿון ליובאַוויטשער ייִדיש־אונטערנעמונגען. אַחוץ דער אינטערנעץ, קאָן מען זיך צוהערן צו די שיעורים אויף אַ צאָל טעלעפֿאָן־נומערן אַרום דער וועלט, פֿון אויסטראַליע ביז בראַזיל.

קאַרפּ איז געווען אַ פּוילישער גאַליציאַנער ייִד, אַ געבוירענער אין פֿראַמפּאָל, נישט ווײַט פֿון לובלין. שאַפּיראָ, לכתּחילה אַ בוקאָווינער, האָט געגרינדעט די באַרימטע ישיבֿה „חכמי לובלין‟ אינעם יאָר 1930 און איז באַקאַנט ווי דער ערשטער פֿרומער מיטגליד פֿונעם פּוילישן פּאַרלאַמענט. אין אַ געוויסן זין, קאָן מען זאָגן, אַז קאַרפּ רעפּרעזענטירט די סבֿיבֿה, וווּ דער גאַנצער מינהג פֿון „דף־יומי‟ איז אויפֿגעקומען, הגם אין די 1930ער יאָר האָט ער געלערנט אין דער באַרימטער נאָוואַרדעקער ישיבֿה, אין ליטע.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/193816/the-entire-talmud-in-yiddish/#ixzz3xLuMWd00