New Yiddish Radio Show in Minnesota

630 326

דעם האַרבסט וועלן די ראַדיאָ־צוהערער אין סיינט־פּאַול, מינעסאָטאַ, קענען הערן יעדן מאָנטיק אויף דער נאַכט עפּעס אומדערוואַרטס — אַ פּראָגראַם אויף מאַמע־לשון.

די פּראָגראַם ”שונד“, וואָס וועט טראַנסמיטירט ווערן פֿון עלף ביז צוועלף אַזייגער בײַנאַכט, פֿירט אָן רובי עליאָט צוקערמאַן, אַ סטודענטקע אינעם אָרטיקן ”מאַקאַלעסטער־קאַלעדזש“, וואָס האָט זיך געלערנט ייִדיש בײַם ”ייִדישן ביכער־צענטער“ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס.

בעת אַ שמועס מיטן ”פֿאָרווערטס“ דורך פֿייסבוק, האָט צוקערמאַן דערקלערט, אַז ס׳איז איר געווען וויכטיק אַז עס זאָל זײַן אַ ייִדיש־שפּראַכיקע ראַדיאָ־פּראָגראַם, וואָס ווערט טראַנסמיטירט דורך אַ קאָלעדזש־ראַדיאָ־סטאַנציע. פֿאַקטיש איז ”שונד“ די איין־און־איינציקע פּראָגראַם אַזאַ אויף דער וועלט. אין דער פּראָגראַם וועט זי שפּילן פֿאַרשידענע מינים מוזיק אויף ייִדיש, ענגליש און אַנדערע שפּראַכן, אָבער רעדן וועגן אירע מוזיקאַלישע נומערן וועט זי בלויז אויף ייִדיש.

”איך וויל אַז די פּראָגראַם זאָל אַרײַננעמען די פֿאַרשידנאַרטיקע לידער וואָס איך הער זיך אַליין צו ווי אַ קאַלעדזש־סטודענט,“ האָט זי דערקלערט. „אָבער אַחוץ דעם וועט עס מיר גיבן אַ געלעגנהייט אויסצוטײַטשטן די לידער און צו דערציילן וועגן מײַנע איבערלעבונגען אויף ייִדיש.‟

וואָס שייך איר פּובליקום, האָפֿט צוקערמאַן, אַז עס וועלן זיך צוהערן צו איר פּראָגראַם סײַ ייִדיש־רעדנדיקע פֿון אַרום דער וועלט דורך דער אינטערנעץ, סײַ ”דער דורכשניטלעכער סיינט־פּאָולער אײַנוווינער, וואָס וואָלט אפֿשר געווען פֿאַרחידושט צו הערן ווי עס קומט אַרויס פֿון זײַנע הילכערס אַ ייִדיש וואָרט.“

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/206197/new-yiddish-radio-show-in-minnesota/#ixzz4tzlqaQcn