די בלויע לאגונע אין איסלאנד
איין ציל צו גיין אויף וואקאציע איז צו טאן עפעס נייעס מיט אויפהייטערונג. א סך אורלויב ערטער באטן-אן באדינונגען, וואס קיין אנדערע שטעלן ניט צו. נאר עטלעכע וואקאציע פלעצער אויף דער וועלט באטן באמת אן אן אוניקאלע איבערלעבונג.
א צאל פלעצער זיינען נאטור-וואונדערן, וואו ס’וואקסן געוויקסן, וואס בליען ניט אנדערש וואו אדער וואו די בערג נעמען-אן א וואונדערשיינעם איינציקארטיקן כאראקטער. נאך אנדערע זיינען אוניקאל צוליב די קינצלעך-געשאפענע אזערעס, וועלדער אדער בערגלעך, למשל גאנצע אינזלען געבויט בלויז מיט זאמד, אונטערוואסער-מוזייען, געבויט נאר צום צעפאלן זיך אדער האטעלן געמאכט פון אייז-סקולפטארן.
די בלויע לאגונע
די בלויע לאגונע אין איסלאנד פארמאגט אן אומפארגלייכבארע שיינקייט. ס’איז דא א סיבה פאר וואס איסלאנד איז באקאנט ווי “דאס פייער- און אייז-לאנד”, זאגט אן באנאס, די הויפט-ראדאקטארין פון “סמארט-טראוועל.קאם”. “דאס איז אן ארט, וואס מ’מוז זען איין מאל אין לעבן. מ’שווימט אין בלאטע-וואסער בשעת ס’שנייט”, האט זי צוגעגעבן. ס’איז כדאי איינצושטיין אין האטעל “בלו לאגון ספא”, וואו מ’קאן זיצן אין שוויץ-באד אדער שווימען אין דער לאגונע און טרינקן איינצייטיק מיש-געטראנקען.
בוטאן
הויך אין די הימאלאיען ליגט בוטאן, די יינגסטע דעמאקראטיע אויף דער וועלט. דער 30 יעריקער קעניג האט געשפילט די הויפט-ראלע אין שאפן א פארלאמענט און איינפירן דעמאקראט יע. דער אויסדרוק “ברוטא-סאציאל-גליקלעכקייט” (א ווערטערשפיל וועגן ברוטא-סאציאל-פראדוקט) איז געווען אויסגעטראכט פונעם געוועזענעם מלך, וואס האט אנגעהויבן מאדערניזירן די מדינה. בוטאן שטייט איצט מיט איין פוס אין דער אלטער וועלט און מיטן צווייטן אין דער נייער. די וועלט האט א צונאמען געגעבן דאס בארג-קעניגרייך “דער לעצטער גן-עדן”.
א בארג-מאנאסטעריע אין בוטאן
Leave a Reply