Mammoth Is Back to Life

500 296

אין סאמע צענטער פון גענעטישע פארשונגען שטייט דער נעאנדערטאלער, נאר ווייל ער שטעלט אונז צו וועגן זיך אליין אינפארמאציע. דער גענעטישער שטאף פון נעאנדערטאלער איז אבער, צום באדויערן, אין א שרעקלעכן צושטאנד. ווען וויסנשאפטלער אנאליזירן דעם גענעטישן קאדעקס אין נעאנדערטאלער-ביינער זעען זיי נאר באקטעריען-שימל. ס’לאזט זיך אבער אויס, אז ס’איז פאראן א מין חיה מיט א פיין-פרעזערווירטן גענע-שטאף: דער מאמאנט. דער פראיעקט צו באשטימען ביי מאמוטן די באשטאנדטיילן און ארדענונג פון גענעטישן קאדעקס קומט איצט צו א דערפאלגרייכן סוף.

א היפשע צאל מאמוטן אין א גוט-פרעזערווירטן צושטאנדזיינען אנטדעקט געווארן בשעת די לעצטע יארן אין פערמאנענטן פראסט-באדן. טראץ דעם, וואס דער גענע-שטאף איז א ביסעלע באשעדיקט פון די פארפרירונגס- און שמעלץ-פראצעסן איז דער קאדעקס ביי די מאמאנטן אין א פיל-בעסערן צושטאנד ווי אין אנדערע ביינער, וואס זיינען געלעגן באגראבן א סך לענגער אין פערמא-פראסט. דער אנדערער בעניפיט פון נוצן גענעטישן מאמוט-מאטעריאל איז, וואס די פארשער קאנען אפרייניקן די פארשמוצונג.
דער ענדגילטיקער רעזולטאט איז: פון די פיר “גיגאס” (ריזיקע גענע-שטיקער) אין א גוטן צושטאנד, וואס די אויטארן פונעם פארש-ווערק אין זשורנאל “נאטור” האבן אנאליזירט, 80% קומען פון מאמאנטן. א גיגא איז גרעסער פון א מענטשלעכער גענע. גענעטיקער שאצן-אפ, אז זיי האבן שוין רעקארדירט די באשטאנדטיילן און זייער ארדענונג פון 70% פון גענעטישן מאמאנט שטאף.

די גענעטישע פארגלייכן מיטן העלפאנד-כראמאסאמען און זייער צוזאמענלייג האט גארניט איבערראשט די מעדיצינישע פארשער. מאמוטן און העלפאנדן שטאמען-אפ פון זעלבן מין בא שעפעניש אין ווייטן פארצייטנס. דער העלפאנד-גענאם-אנאליז איז שוין האלב-געענדיקט. דער מאמאנט און העלפאנד האבן צווישן זיך א קלענערן אונטערשיד ווי מענשן און מאלפעס. ס’זיינען דא וויכטיקע חילוקים ביי געוויסע פראטעין-גענעס, אבער ס’איז שווער אויסצופארשן אט-די טעמע אן א גאנצער פארשטענדעניש וועגן גענעטישן צוזאמענלייג ביי העלפאנדן.

די רעזולטאטן מאכן קלאר, אז מיט נאך א קליינער סומע געלט און א ביסל מער צייט וועלן מעדיצינישע אויספארשער שוין באלד זיך דערוויסן פון דער גענע-ארדענונג אין גענאם פון אן אויסגעשטארבענעם זגאל. מחמת דעם, וואס דער גענאם איז דער בוי-פלאן פון אן ארגאניזם, פארשט “נאטור” אליין אויס די מעטאדן ווי אזוי צו באשאפן א מאמאנט לויטן גענעטישן בוי-פלאן און וויפיל אזא פראיקעט וועט אפשר קאסטן. די אונטערנעמונג וואלט געווען ריזיק!

Leave a Reply

Your email address will not be published.