The Arab World Revolutions

313 185

אין די אראבישע לענדער קערן זיך איבער וועלטן. פון מאראקא ביז די לענדער ארום דעם פערסישן איינגוס זיינען די פאלקס-מאסן אויפגעשטאנען, כדי אראפצואווארפן זייערע הערשער. ס’איז אמת, אז קיין איינציקער מלו כה-פירער, צי א קייסער, סולטאן, עמיר צי א פרעזידענט, איז ניט געווען כשר-אויסגעוויילט און קיין איינער פון זיי וועט ניט אוועקגעבן פרייוויליק די מאכט.

לאמיר אבער א קוק טאן אויף דעם פראבלעם פון אן אנדער שטאנדפונקט. יעדער הערשער האט פארדינט אין משך פון זיין הערשאפט א געוואלדיקע סומע אויפן חשבון פון זיינע בירגער בשעת דאס פאלק שמאכט אין ארעמקייט. די מאכט האלטן זיי אויף מיט דער הילף פונעם מיליטער, וואס דרוקט-אונטער אומברחמנותדיק יעדע אומרו און אויפברויז. צום סוף האבן זיך די פעלקער געבונט עוועט קעגן זייערע אונטערדרוקער.

ווער זיינען אבער די אויפשטענדלער? דאס איז א שטיכישע אומארגאניזירטע מאסע, וואס איר איינציקער ציל איז אראפצוזעצן דעם דיקטאטאר. וואס וועט ווייטער זיין ווייסן זיי ניט. אויב מ’זאל נעמען אין אכט, אז די אראבישע וועלט האט ניט קיין אנונג פון דעמאקראטיע, איז דער איינציקער סוף פון דעם א נייע און נאך מער-אומברחמנותדיקע דיקטאטור מיט שטארקע, איסלאמישע אנשוי-אונגען און ווייניקער גענויגט צו מערב-דעמאקראטישע פרינציפן.

זייער פארזיכטיק דארף מען דערפאר זיין אין אפשאצן די אומרוען. דאך האבן די אלטע הערשער געקאנט אנהאלטן א געוויסע סטאביליטעט אין זייערע לענדער. חוץ דעם זעען מיר, אז די הערשער, וואס וואקלען זיך ניט אנצונעמען די הארבסטע אונטערדרוקונגס-מיטלען בלייבן ביי דער מאכט. נאר די, וואס האבן ניט געוואגט דאס צו טאן, זיינען אראפגעזעצט געווארן. 1

Leave a Reply

Your email address will not be published.