אַלצדינג אין אונדזער עולם־השקר ווערט איבערגעזעצט, איבערגעמאַכט, מגולגל אין דער דיגיטאַלישער וועלט. עמעצנס פּריוואַטע, פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע קען אַנטפּלעקט ווערן פֿאַר דער גאַנצער וועלט, כאָטש גיי שרײַ חי־וקים. איך קען זיך בלויז טרייסטן מיט דער האָפֿענונג, אַז איך בין אַזוי נישט־וויכטיק, רעלאַטיוו גערעדט, צו דער גאַנצער וועלט, אַז קיינעם וועט נישט אײַנפֿאַלן אויסצופֿאָרשן מײַנע פּערזענלעכע ידיעות און זיי צעפּויקן, אָדער מיך באַשווינדלען, ניצנדיק די אינפֿאָרמאַציע. אַמאָל פֿאַרקערט — די פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע ווערט נעלם. למשל, לידער און אַנדערע שאַפֿונגען פֿליִען אַרום דער וועלט דורך דער אינטערנעץ, און זייער מחבר קען פֿאַרגעסן ווערן אין אַ סעקונדע. אין די אַמאָליקע צײַטן איז אַ ליד געוואָרן אַן אַנאָנים פֿאָלקסליד במשך פֿון יאָרן; אָבער הײַנט, קען עס ווערן אַ פֿאָלקסליד, אַ פֿאָלקס־וויץ, אָדער אַ פֿאָלקס־מעשׂה מיט איין קוועטש פֿונעם קנעפּל אויפֿן קאָמפּיוטער, כאָטש דער מחבר, קאָמפּאָזיטאָר, שאַפֿער, לעבט און ווייסט גאָרנישט פֿון דעם.
יעדע עטלעכע וואָכן, זעץ איך זיך אַוועק מיט מײַן מאַמע, די דיכטערין ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, און מיר גיבן אַ קוק, צי עמעצער דערמאָנט זי, אָדער שרײַבט אַ קריטיק פֿון איר, צי אַ רעצענזיע. גאָר גיך האָבן מיר געזען, אַז נישט נאָר מען שרײַבט, נאָר זינגערס און קאַפּעליעס זינגען אירע לידער, רעקאָרדירן אירע לידער, און מיר ווייסן גאָרנישט דערפֿון. אונדזער גרעסטער סורפּריז איז פֿאָרגעקומען, ווען מיר האָבן געפֿונען אויף “יו־טוב”, אַז איינער וואָס רופֿט זיך “מײַן זיידי”, האָט גענומען דער מאַמעס זינגליד, וואָס זי האָט געשאַפֿן די ווערטער און מוזיק, וועגן דעם חורבן פֿונעם בוקעווינער שטעטל זוויניעטשקע — “געווען אַ מאָל איז אַ שטעטל” — און האָט צוגעפּאַסט פֿאָטאָגראַפֿיעס און צייכענונגען צו באַגלייטן די רעקאָרדירונג פֿונעם קאָמפּאַקטל “אויף די גאַסן פֿון דער שטאָט”, אין וועלכער עס זינגט לאָרין סקלאַמבערג פֿון די “קלעזמאַטיקס”.
“מײַן זיידי” (זײַן אמתער נאָמען איז מיר אומבאַקאַנט) האָט געניצט סײַ די קלאַסישע ייִדישע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון ראָמאַן ווישניאַק, סײַ בילדער פֿון אַנימאַציע־פֿילמען, סײַ מאָלערײַען; דאָס הייסט, מע קוקט אויף אַן אמתן מיש־מאַש פֿון וויזועלער קונסט בשעת מע הערט זיך צו צום ליד. די בילדער האָבן נישט געהאַט קיין שום שײַכות מיט די ווערטער, נאָר סתּם בילדער פֿון ייִדן אין מיזרח־־אייראָפּע.
מע קען געפֿינען הונדערטער ענלעכע מוסטערן אויף “יו־טוב”. צו אַהרן לעבעדעווס ליד “רחל”, וועגן דער שיינקייט פֿון אַ מיידל, האָט מען אַ מאָלערײַ פֿון אַ חסיד אין אַ שטרײַמל. מע זעט נישט קיין בילד פֿון אַ מיידל, און נישט פֿון לעבעדעוו. ווען די זינגערין אסתּר אפֿרים זינגט “אויפֿן פּריפּעטשיק”, זעט מען אַ ייִד מיט אַ ספֿר־תּורה, און אַלטע אַנאָנימע משפּחה־בילדער, גאַסן־בילדער, קינדער אינעם חורבן, אַלטע ייִדישע פּאָסטקאַרטלעך, חסידים אין הײַנטיקן וויליאַמסבורג, אַ מאָדערנע מיידלשול, און, סוף־כּל־סוף, אַ בילד פֿון אַ חדר מיט ייִנגלעך. ווען די פּאַריזער זינגערין רעגינע זילבערג זינגט “אַ ייִדישע מאַמע”, ווײַזט מען ייִדן מיט געלע שטערן און נאַציס אויף פֿערד אין פּאַריז; דאָס סענטימענטאַלע ליד ווערט אויסגעטײַטשט דורך די אימאַזשן ווי אַ חורבן־ליד!
לאָמיר נישט זײַן קיין סנאָבן; געוויסע מענטשן איבער דער וועלט לערנען זיך עפּעס אויס, אָדער ווערן באמת באַרירט פֿון דעם נײַעם קונסטווערק. נאָכן ליד “טומבאַלאַלײַקע” האָט איינער געשריבן — “מײַן מאַמע האָט מיך געלייגט שלאָפֿן מיט דעם ליד. אײַער ליד ברענגט צוריק גליקלעכע טעג און זכרונות, אַ דאַנק!” אַן אַנדערער האָט באַמערקט — “איך בין געוואָרן פֿאַרכּישופֿט, צוהערנדיק זיך צו דעם ליד. אַ האַרציקן דאַנק!”
איך ווייס נישט, צי די נײַע דיגיטאַלישע “קונסט” פֿון צוגעבן אימאַזשן בשעת מע הערט אַ ליד, האָט אַן נאָמען, אָבער זי איז זייער פֿאַרשפּרייט. געוויינטלעך, ניצט מען אויס אַ בילד פֿונעם זינגער אָדער זינגערין, און אַמאָל דאָס בילד פֿונעם פּלאַטע־אַלבאָם, אין וועלכן דאָס ליד געפֿינט זיך. אָבער מענטשן ווי “מײַן זיידי” זענען מער אַמביציעז…
ווען מײַן מאַמע און איך האָבן געקוקט אויף דעם ליד “געווען אַ מאָל איז אַ שטעטל” מיט “מײַן זיידיס” בילדער, האָבן מיר געזען, ווי די צאָל צוהערער/צוקוקער וואַקסט און וואַקסט פֿון וואָך צו וואָך — פֿון 10,000 דעם ערשטן חודש ביז 30,000 און דערנאָך 60,000 צוקוקער. ווען מיר האָבן דאָס לעצטע מאָל קאָנטראָלירט האָבן 110,000 מענטשן זיך צוגעהערט צו דעם ליד!
ווי פֿריִער דערמאָנט, קען מען אויף “יו־טוב” איבערלאָזן אַ באַמערקונג נאָך דעם ווי מע זעט דעם ווידעאָ. נאָך דער מאַמעס ליד האָבן צענדליקער מענטשן געפֿרעגט “וואָסער שפּראַך איז דאָס?” און “וואָס מיינט דאָס ליד?” בדרך־כּלל, האָבן מענטשן פֿון אַ סך לענדער איבערגעלאָזט וואַרעמע רעאַקציעס אויפֿן ליד און אויף דער טראַגישער ייִדישער געשיכטע. מענטשן האָבן אויך געפֿרעגט “ווער האָט דאָס ליד אָנגעשריבן?” און קיינער האָט נישט געוווּסט, ביז איך האָב צוגעגעבן מײַנע אייגענע באַמערקונגען, און אָנגעשריבן ווער די מחברטע איז, אַז זי לעבט אין בראָנקס, און אָנגעשריבן די ווערטער צום ליד און זיי איבערגעזעצט אויף ענגליש.
אָבער די אינפֿאָרמאַציע האָט מען אין גיכן פֿאַרגעסן, ווײַל אַ נײַע כוואַליע באַמערקונגען האָבן “אַרויסגעשטופּט” די וויכטיקע פּרטים. האָט מען מיט אַ פּאָר וואָכן שפּעטער נאָך אַמאָל געפֿרעגט די זעלביקע קשיות, ווער און וואָס? צווישן די באַמערקונגען האָבן אויך אַנטיסעמיטן גענומען אָנטייל מיט ווילדע קללות קעגן די ייִדן ווי “הײַל היטלער!” און אַנדערע אַזעלכע אויפֿרייצנדיקע אויסדרוקן. דערנאָך האָט זיך אַנטוויקלט אַ לאַנגער שמועס וועגן אַנטיסעמיטיזם און ענינים וואָס האָבן נישט געהאַט קיין שום שײַכות מיטן ליד.
מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָבן מיר געזען, אַז די גרופּע “באַקלאַוואַ” פֿון סקאָפּזשע, מאַקעדאָניע, זינגט דאָס ליד “געווען אַמאָל איז אַ שטעטל” אין אַ פֿאָרשטעלונג וואָס מע קען זען אויף “יו־טוב”. די 8־מינוטיקע פֿאָרשטעלונג האָט מען געזונגען אין מײַ 2011, אָבער ערשט אין דעצעמבער האָט מען דאָס אַרויפֿגעגעבן אויף דער אינטערנעץ. די אַראַנזשירונג הייבט אַרויס די פּויקן און פֿידל און איז אינטערעסאַנט, כאָטש נישט געשפּילט אין קיין מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדישן סטיל.
די זינגערין הייבט אָן צו זינגען “געווען אַ מאָל איז אַ שטעטל” און דערנאָך גייט זי אַריבער צום לאַדינאָ־ליד “טשיקאָ סיוודאַד”, וואָס מיינט קליין שטעטל. ווען איך האָב געקוקט אויף דער וועבזײַט פֿון דער קאַפּעליע, האָב איך געזען, אַז מע האָט די צוויי לידער אויך רעקאָרדירט אויף אַ קאָמפּאַקטל. האָבן מיר געשריבן דער גרופּע און בײַ זיי געבעטן אַן עקזעמפּלאַר.
האָבן מיר צוריקבאַקומען אַ בריוו פֿון דעזשאַן סיבינאָווסקי, איינעם פֿון די אָנפֿירער פֿון “באַקלאַוואַ”, אין וועלכן ער דערציילט, ווי זיי האָבן געפֿונען דאָס ליד “געווען אַ מאָל איז אַ שטעטל” אויף “יו־טוב” מיט “מײַן זיידיס” בילדער, און זיך אויסגעלערנט דאָס ליד פֿון דאָרטן! די גרופּע איז אַ ספֿרדישע און דאָס ייִדישע ליד איז דאָס איינציקע אויף מאַמע־לשון וואָס מע האָט אַרײַנגענומען אין רעפּערטואַר. ווער וואָלט זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז אַ ספֿרדישע גרופּע אין מאַקעדאָניע וועט ווערן אַזוי אינספּירירט פֿון אַ “יו־טוב”־נוסח פֿון אַ ליד, אַז זי זאָל עס רעקאָרדירן און זינגען אויף קאָנצערטן? דער וווּנדער פֿון דער אינטערנעץ הערט נישט אויף צו באַוווּנדערן.
Leave a Reply