“Frum”, Poem By Rashel Veprinski

313 185

ראַשעל וועפּרינסקי (1896—1981)
איז געבוירן געוואָרן אין שטעטל איוואַנקאָוו, נישט ווײַט פֿון קיִעוו, אוקראַיִנע. זי האָט עמיגרירט קיין ניו־יאָרק אין 1907 און צו דרײַצן יאָר איז זי שוין געגאַנגען אַרבעטן אין אַ שאַפּ. צו פֿופֿצן יאָר האָט זי אָנגעהויבן שרײַבן פּאָעזיע און האָט דעביוטירט אין 1918 אין דעם זשורנאַל די נײַע וועלט. זי האָט אָנגעשריבן עטלעכע ביכלעך פּאָעזיע: רוף פֿון פֿויגל, 1926, די פּאַליטרע, 1964, צום איינציקן שטערן, 1971 א”אַנד ווי אויך אַן אויטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן, דערציילונגען, און אַרטיקלען און האָט זיך אָפֿט געדרוקט אין ייִדישע צײַטשריפֿטן. פֿון 1920 ביז זײַן טויט אין 1953 איז זי געווען די לעבנס־באַגלייטערין פֿון דעם פּאָעט מאַני לייב. ווי דאָס ערשטע ליד האָב איך אויסגעקליבן ראַשעל וועפּרינסקיס “פֿרום” ווײַל דער בלאָג נעמט זײַן נאָמען לידערליכט פֿון דער לעצטער שורה פֿון דעם ליד.

פֿרום
ראַשעל וועפּרינסקי

פֿרום האָט מײַן מאַמע געבענטשט אירע ליכט,
איך — צינד די קנויטן פֿון לידער —
די וויִעס באַשירעמט, ס’ליכטיקן פֿינגער,
ליפּן אין פאָרכטיקייט ציטערן ווידער:

פֿאַר פֿרייד און פֿאַר צער,
פֿאַר דעם שׂכל באַיאָרט,
גיב מיר גאָט פֿון דײַן מויל
אין מײַן מויל דאָס וואָרט.

דאָס וואָרט וואָס האָט נאָך ניט געצוויט,
וואָס שלאָפֿט אינעם שטיין, אינעם שטויב אין דער נידער,
וועק עס אויף, לאָז עס אויפֿבליִען פֿריש ווי אין בייט,
אין דער שורה־שניט פֿון מײַנע לידער.

און דעם ווינד־און־וויי, און צער פֿון דער וועלט,
שטעל איך פֿאַר דיר, פֿאַר דײַן אָנגעזיכט —
פֿרום ווי מײַן מאַמע די וואַקסענע קנויטן,
צינד איך מײַנע לידערליכט.
די פּאַליטרע, 1964

Leave a Reply

Your email address will not be published.