וואָס מיינט עס “ציטערדיקע נעמען”?
דאָס זײַנען נעמען, וואָס די עלטערן האָבן געגעבן זייערע קינדער, איבער וועלכע זיי ציטערן. דאָס זײַנען נעמען, וואָס שטאַמען פֿון פֿאַרשידענע אָבערגלויבנס. עס איז כּדאַי וועגן דעם צו וויסן.
ווען עס האָט געטראָפֿן, אַז בײַ עלטערן איז אַ קינד קראַנק געוואָרן, האָט מען טאַקע גערופֿן אַ דאָקטער, מע האָט דעם קינד געגעבן די פֿאַרשריבענע מעדיצין, אָבער עס איז געווען אַן אָבערגלויבן, אַז מע מוז נאָך עפּעס טאָן. מע האָט צום פֿריִערדיקן נאָמען פֿון קינד צוגעגעבן אַ נײַעם נאָמען — אַ ציטערדיקן. דער נײַער נאָמען האָט געדאַרפֿט זײַן די ריכטיקע רפֿואה פֿאַרן קראַנקן קינד…
אָט זײַנען די ייִדישע ציטערדיקע נעמען:
פֿאַר ייִנגלעך: חיים, אַלטער, זיידל
פֿאַר מיידלעך: חיה, אַלטע, באָבל
געמיינט האָט עס, אַז דאָס קינד זאָל לעבן (חיים, מיינט דאָך אין העברעיִש “לעבן”); אַז עס זאָל ווערן אַלט; און אויך, אַז דאָס קינד זאָל דערלעבן צו זײַן אַ זיידע אָדער אַ באָבע.
דער ציטערדיקער נאָמען פֿלעגט צום קינד צוגעגעבן ווערן מיט פֿאַרשידענע צערעמאָניעס. גאָר באַזונדערס, ווען מע פֿלעגט צוגעבן דעם נאָמען חיים. אָדער חיה. דאָס קינד פֿלעגט פֿון דעמאָלט אָן שוין טראָגן אַ טאָפּלטן נאָמען: אָנשטאָט שׂרה האָט דאָס מיידעלע שוין געהייסן חיה־שׂרה; אָנשטאָט רבֿקה האָט מען דאָס מיידעלע גערופֿן חיה־רבֿקה. און די ייִנגלעך האָט מען גערופֿן חיים־יאָסל, אָנשטאָט יאָסל; חיים־יאַנקל, אָנשטאָט יאַנקל.
די דאָזיקע צערעמאָניע פֿון צוגעבן נאָך אַ נאָמען פֿלעגט מען דורכפֿירן ניט נאָר ווען אַ קינד איז קראַנק געוואָרן. אויך בײַ עלטערן, בײַ וועלכע עס פֿלעגן שטאַרבן קליינע קינדער, פֿלעגט מען די נײַ־געבוירענע צוגעבן, חוץ דעם ריכטיקן נאָמען, אויך אַ ציטערדיקן, וואָס האָט געדאַרפֿט העלפֿן, אַז דאָס נײַ־געבוירענע קינד זאָל לאַנג לעבן, עס זאָל ווערן אַלט און דערלעבן אייניקלעך.
דער דאָזיקער מין פֿון ציטערדיקע נעמען איז פֿאַראַן אויך בײַ אַנדערע פֿעלקער. בײַ די אַפֿריקאַנער, למשל, איז דאָ אַזאַ מינהג: מע גיט אַ ייִנגל אַ מיידלשן נאָמען, אָדער מע רופֿט אַ מיידל מיט אַ ייִנגלשן נאָמען. פֿאַר וואָס? אויף דעם דערקלערן זיי, אַז דאָס מאַכט מען, כּדי אָפּצונאַרן דעם טײַוול. דער טײַוול וויל מאַכן קראַנק דאָס מיידל, אָבער אַז מע רופֿט דאָס מיידל מיט אַ ייִנגלשן נאָמען, ווערט דער טײַוול צעטומלט און ווייסט ניט וואָס צו טאָן…
צי די דאָזיקע ציטערדיקע נעמען העלפֿן טאַקע ווייסן מיר ניט, אָבער דאָס פֿאָלק האָט אַמאָל אין דעם גאָר שטאַרק געגלייבט. די פֿאַרצײַטיקע ציטערדיקע נעמען זײַנען שפּעטער געוואָרן ריכטיקע נעמען, און ניט איין חיימל אָדער חיקעלע ווייסט שוין הײַנט ניט, אַז זיי שטאַמען אָפּ פֿון אַזעלכע ציטערדיקע נעמען.
Leave a Reply