“The Cow”, a Love Song

500 362

אונטערן פֿליגל פֿון „פֿאָרווערטס‟ ווערט איצט צוגעגרייט אַ מוזיקאַליש  קאָמפּאַקטל (CD), וואָס הייסט, „לידער מיט אַ ייִדישן טעם‟. דאָס קאָמפּאַקטל נעמט  אַרײַן סײַ שפּאָגל־נײַע לידער, געשאַפֿן פֿון דער זינגערין און קאָמפּאָזיטאָרין  ריטאַ קויפֿמאַן, סײַ עטלעכע לידער פֿון די באַקאַנטע קאָמפּאָזיטאָרן אין רוסלאַנד  — איסאַק דונאַיעווסקי און ניקיטאַ באָגאָסלאָווסקי. די ווערטער צו די לידער האָט  אָנגעשריבן באָריס סאַנדלער. אין דער אַרבעט, ווי אַן איבערזעצער אין ייִדיש, האָט  זיך אויך באַטייליקט דער באַרימטער פּיאַניסט יעווגעני קיסין. די מוזיקאַלישע  אָראַנזשירונגען האָט מײַסטעריש געמאַכט דער זינגער און מוזיקער נאַום  קויפֿמאַן.

הײַנט וועט איר זען און הערן איין ליד פֿון דער נײַער זאַמלונג — „בהמה‟. דאָס  ליד האָבן צום ערשטן מאָל געזונגען, אַוודאי אויף רוסיש, לעאָניד אוטיאָסאָוו און  זײַן טאָכטער, עדיטאַ. לעאָניד אוטיאָסאָוו (לייזער ווײַסביין, 1895־1982) אַ  פּאָפּולערער זינגער און אַקטיאָר אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, איז געווען צווישן די  גרינדער פֿון סאָוועטישן דזשאַז.

איר קענט אויך נאָכזינגען אויפֿן נוסח פֿון „קאַראַאָקי‟. אײַער שטימונג וועט  ווערן נאָך בעסער.

Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/171261/