סעפּטעמבער-ליד

960 505
ניט מאָלן מיט פּענזל און פֿאַרב – נאָר שאַפֿן אַ פּלאַסטיש בילד, מיט װערטער װעגן דעם גאָלדיקן חוֹדש, װעלכער פֿאַרענדיקט דעם זומער און פֿאַרװאַנדלט זיך אין האַרבסט – װען גרינע בלעטער װערן געל און רויט, און גראָזן הײבן אָן צו װעלקן. און דער אַרום טוט אָן דער ברוינעם בּגד פֿון סוף זומער
ליד – זײַנען װערטער. ליד – איז מעלאָדיע. ליד קען זײַן טרויער און פֿרײד, ליבע און האַס. ליד קען זײַן דערמאָנונג, טרוים. און ליד קען זײַן אַ בילד, געמאָלן מיט װערטער. האָב איך געװאָלט שאַפֿן אַ ליד װעגן דעם חוֹדש סעפּטעמבער. ניט מאָלן מיט פּענזל און פֿאַרב – נאָר שאַפֿן אַ פּלאַסטיש בילד, מיט װערטער װעגן דעם גאָלדיקן חוֹדש, װעלכער פֿאַרענדיקט דעם זומער און פֿאַרװאַנדלט זיך אין האַרבסט – װען גרינע בלעטער װערן געל און רויט, און גראָזן הײבן אָן צו װעלקן. און דער אַרום טוט אָן דער ברוינעם בּגד פֿון סוף זומער.

איך האָב געװאָלט צוריקברענגען איין סעפּטעמבער, װען די זון, הײס און גאָלדיק, האָט געבוירן אַ מאָדנעם אומרו, און אין דער הײסקײט פֿון די סוף-זומער טעג האָט אַן אײַזיקער װינט געלויערט פֿון אַלע װינקלען…

און אַזוי איז געבוירן געװאָרן מײַן סעפּטעמבער-ליד. דער סעפּטעמבער פֿון יאָר 1939, דער סוף פֿון אָנהײבן. דער סוף פֿון אַ ספּעציפֿיש היסטאָרישן קאַפּיטל. און דאָס פֿײַער, װאָס האָט צעשטערט און פֿאַרברענט די מענטשלעכע אײַנגעשטעלטע פֿונדאַמענטן – און דער אײַזיקער װינט, װאָס האָט פֿאַרפֿרוירן די בילדער פֿון אַ פֿאַרגאַנגענער צײַט, פֿון אַ פֿאַרגאַנגענעם לעבן.

ערשטער טאָג פּֿון סעפּטמבער פֿון יאָר 1939. זיבן און זעכציק יאָר! אַ צײַט-אָפּשניט אַ גרויסער, אָבער פֿאַר היסטאָריקער – אַ קורצער. אַ צײַט-אָפּשניט, אַין װעלכן עדות לעבן נאָך און אַ טײל גייען אַװעק אין דער אייביקייט. אַ צײַט-אָפּשניט, װאָס װעקט-אויף גרויליקע בילדער “כעלעמער פֿאָרטל” פון דער ישראל-פּאָליציי צו קלאַסיפֿיצירן די לוינען פון אירע אָפֿיצירן-רבּנים האָט זיך פֿאַקטיש אָנגעהויבן שוין מיט 30 יאָר צוריק, אין יאָר 1977. די אויספֿאָרשונג, װאָס איז פֿאַרפֿירט געװאָרן בערך מיט אַ האַלב יאָר צוריק, געפֿינט זיך דערװײל אין די אַקטן, װאָס ליגן אין די אָנגעפּראָפֿטע שופֿלאָדנס מיט פּאָליצײיִשע פֿאָרשונגען, װאָס װאַרטן אויף זייער גאולה.

די שטאָט פון די כעלמער חכמים האָבן די נאַציס פֿאַרטיליקט – אָבער דער כעלעמער גײַסט לעבט און ארבעט מעשים אין מדינת ישראל.

דער פֿון מענטשלעכער דעגענעראַציע. פֿון מאַראָלישער און פֿיזישער געפֿאַלנקייט, װען אַלע ביז-איצטיקע מענטשלעכע װערטן זײַנען געװאָרן צעשמעטערט.

אָט דעם סעפּטעמבער װיל איך אין װערטער אַרויסברענגען. װערטער אייגענע, אומעטיקע, פֿרײלעכע, װײַטע – און אויך נאָענטע. און באַמיִען זיך, פֿאַר זיך אַלײן, צוריקברענגען אַ בילד, װאָס איז אַזוי טראַגיש אָפּגעװישט געװאָרן. כ’װעל צונויפֿנעמען מײַן זכּרון, און פֿון די שטיקלעך און ברעקלעך צונויפֿשטעלן מײַן אײגן בילד – אַ סעפּטעמבער-בילד פֿול מיט מעלאַנכאָליע און נאָסטאַלגיע, מיט טיפֿער בענקשאַפֿט נאָך דעם “אַמאָל”, װעלכער װערט מיט דער צײַט נאָך מער “ראָמאַנטיזירט”. װײַל בילדער פֿאַרשװינדן און מיר װילן זײ אײַנהאַלטן.

װעל איך אָנהײבן מײַן ליד.

…בײַ דײַן בילד, מאַמע, זײַנען מיר געשטאַנען זאַלבע-דרײַ און שטום זיך געפֿרעגט: װאָס װײַטער? די זון איז הויך געװען אין הימל, און דער רויש פֿון עראָפּלאַנען האָט צעשטערט די מאָרגן-שטילקייט. מיר האָבן דורך דעם באַלקאָן-פֿענצטער אַרויסגעקוקט אויף דער בלויקייט און געפֿרעגט סתּם אַזוי: “אונדזערע, צי זײערע”? דעם טאַטנס אָרעמס האָבן פֿעסט אַרומגענומען אונדז בײדן און דײַנע שװאַרצע קלוגע אויגן, מאַמע, האָבן אַראָפּגעקוקט אויף אונדז, און אַ דינער שמײכל איז געהאָנגען אויף דײַנע ליפּן.

דער ענטפֿער איז געקומען: – בלײַבן! איז דער גוֹרל פֿאַרחתמעט געװאָרן דעם ערשטן טאָג אין סעפּטעמבער פֿון יאָר 1939. און די זון איז געװען אַזאַ ליכטיקע…

* * *

… אויף אַ באַן-סטאַציע האָבן מיר זיך געזעגנט. אַ טאָג פֿריִער איז געװען דײַן געבוירנטאָג. האָבן מיר געזען מאָליערס שפּיל “דער קאַרגער”. באַװוּנדערט דעם אַלטן פּוילישן אַקטיאָר סאָלסקי, און געחלומט חלומות. דײַן לערניאָר האָט זיך געדאַרפֿט אָנהייבן אין אַ פּאָר טעג אַרום, אין װאַרשע. מיר האָבּן זיך געזעגנט און נישט געװוּסט, אַז דאָס װעט זײַן די לעצטע באַגעגעניש. ביסט אַרויס פֿון װאַרשע פֿאַר אַ לאַנגן מאַרשרוט אויף מזרח… דאָרט װעט מען זיך ראַטעװען! די מעסערשמיד-עראָפּלאַנען זײַנען געפֿלויגן נידעריק איבער די קעפּ פֿון די מאַרשירנדיקע. די דײַטשישע קוילן האָבן געזײַט דעם טויט, פֿײַערצונגען האָבּן אײַנגעשלונ-גען דעם אַרום. די הויפּטשטאָט אין פֿײער און קאַמף!.

סעפּטעמבער-הימל, ביסט שװאַרץ געװאָרן פֿון פֿײַער און טרויער, און מײַן ליד – כ’האָב קײן פּאַסיקע װער-טער ניט געפֿונען- װעל איך זינגען שטיל אָן װערטער אַ פּרעליוד צו די אָנהײב-טעג פֿון האַרבסט, װעלכע זײַנען אויך געװען דער סוף פֿונעם אָנהײב.

…אין װינקל פֿון דער שטוב בײַם קאָרידאָר זײַנען געשטאַנען דרײַ רוקזעק. צוגעגרײט פֿאַר דער שעה װען די טיר װעט זיך עפֿענען און די “רײן נאָרדישע מושלים װעלן קומען אונדז באַזוכן”. דרײַ רוקזעק, אין זיי אַ גאַנץ קורץ און לאַנג לעבן. דער מאַמעס פּאָרטרעט האָט געװאַכט איבער זײ. איר דינער שמייכל האָט אונדז געשיצט און פֿאַרזיכערט.

דעם טאַטנס גרויער קאָפּ איז, דאַכט מיר, נאָך גרויער געװאָרן. הײַנט האָט ער באַזאָרגט באַהעלטענישן פֿאַר דרײַ פּאַרטיי-חבֿרים, געזוכטע פֿון דער געסטאַפּאָ. און שטילערהײנט אונדז אַרומגענומען און געזאָגט: רײַסט אַראָפּ נאָך אַ בלאַט פֿונעם קאַלענדאַר. זײ זײַנען געקומען, די יונגע גערמאַנישע העלדן. אויף זײערע בלאָנדע קעפּ זײַנען פֿאַרשײַט געזעסן זײערע זעלנערישע הוטן, װי קלײנע שיפֿלעך אויף בלאָנדע װאַסערן. די רוגזה האָט אַרויסגעקוקט פֿון זייערע אויגן. מיט אַ װילדן כּעס אין זײער שטימע אויסגעשריגן “ראַוס!”.

דרײַ געשטאַלטן מיט די רוקזעק אין האַנט האָבן צוגעמאַכט די טיר פֿון זײער הײם – אויף אייביק, און זײַנען אַרויס אין דער שװאַרצער נאַכט אויף זײער נע-ונד. דאָס סוף-סעפּטעמבער-װינטל האָט זיי געזעגנט און אַרײַנגעשעפּטשעט אין אויער דעם לעצטן געזעגענונגס-קוש. האָט דאָס די מאַמע אונדז געזעגנט? איז זי אַרויס פֿון איר פּאָרטרעט און מיט אונדז מיטגעגאַנגען? אין מײַן ליד, מאַמע, ביסטו שטענדיק מיט אונדז ביז די לעצטע טעג אונדזערע.

* * *

די רעדער פֿון דער באַן האָבן ריטמיש געקלאַפּט אין די מעטאַלענע רעלסן. די שװאַרצע נאַכט האָט אַרײַנגעקוקט מיט שרעק אין די פֿאַרמאַכטע פֿענצטערס. דער סעפּטעמבער איז אַריבער אין אָנהײב אָקטאָבער און די טעג זײַנען פֿאַרגליװערט געװאָרן. צײַט פֿאַרשװוּנדן. בײַ אונדזערע פֿיס זײַנען געלעגן די קלענערע רוקזעק.

מיר זײַנע געזעסן צוגעטוליעט צום טאַטן. זײַנע בלויע דורכזיכטיקע אויגן זײַנען געװען פֿאַרזשמורעט. די װאַרעמקייט פֿון זײַן “דאָ-זײַן” האָט שװאַכער געמאַכט אונדזער מוֹרא. פֿון מידקײט האָבן זיך אונדזערע אויגן פֿאַרשלאָסן.

אויפֿגעװעקט פֿון דעם אומרויִקן שלאָף האָט אונדז דער װילדער געשרײ פֿון דעם דײַטשישן “אויבער-מענטש “. איבערנאַכט איז די ערד געװאָרן באַדעקט מיט װײַסן שנײ. בײַ די אָפּגעשטעלטע װאַגאָנען איז געשטאַנען אַן עדה ייִדן – זײערע בליקן האָבן אונדז אַרומגענומען מיט װאַרעמקייט, די מוֹראַ פֿאַר דער אומבאַקאַנטער מינוט איז פֿון אונדז אַראָפּגענומען געװאָרן.

אַרײַנגעפֿירט אונדז אין אַ קלײנעם הילצערנעם בית-מדרש, װוּ אַ גרויסער אײַזערנער אויװן האָט אָנגעװאַרעמט אונדזערע פֿאַרשטײַפֿטע, פֿאַרגליװער-טע גלידער. רויטע פֿײערצונגען האָבּן געװאָרפֿן מאָדנע שאָטנס אויף די טונקלע װײַסע װענט. די פֿאַרזאַמלטע אומבאַקאַנטע ייִדן האָבן אונדז אויפֿגענומען מיט ליבשאַפֿט. און אין אײן מאָמענט, אין דעם ספּעציפֿישן טאָג און שעה זײַנען מיר געװאָרן ברידער, שװעסטער און זײערע אָפֿענע הערצער זײַנען אונדז זײער נאָענט געװאָרן. אין די סוף-סעפּטעמבער טעג דערמאָן איך אײַך. אײַך, אומבאַקאַנטע באַקאַנטע, איר זײַט געװען פֿאַר אונדז װי די שײַן אין דער פֿינצטערער נאַכט. אין דער מאָדנער רגע פֿון אונדזער לעבן זײַט איר אַרײַן אין אונדזער װעזן װי גוטע מלאכים. דאָס שטעטל איז מער נישטאָ. די עדה ייִדן צװישן די ציפֿערן פֿון מיליאָנען – װיל איך אײַך באַזינגען אין מײַן סעפּטעמבער-ליד װי אַ ליכטיקע דערמאָנונג. אַ פּויליש שטעטל פֿון ייִדן מיט אָפֿענע הערצער אין דעם טאָל פֿון טומאה.

נאָך דעם זײַנען סעפֿטעמבערס געקומען און געגאַנגען, פֿאַרשװוּנדן אָן דאַטעס און יאָרן. געצײכנט פֿון װעטער-ענדערונגען, פֿון ערטער, פֿון ליגן אין בלאָטעס, פֿון ברוינע שפּיצרוטן, װאָס האָבן געצײכנט קערפּערס. סעפּטעמבערס פֿון לאַנגע מאַרשרוטן, פֿון הונגער און לײַדן. סעפּטעמבער-טעג פֿון שפּינען חלוֹמות זיצנדיק אויף שמוציקע נאַרעס. און שטילקײטן איבערגעריסענע פֿון מענטשלעכע געװײנען.

מײַן סעפּטעמבער-ליד, איך האָב ניט מער קײן װערטער. איך האָב נאָר אײַנגעקריצטע בילדער – און איך זינג צו זײ. און כ’װאָלט װעלן שאַפֿן די שענסטע מעלאָדיעס, װאָס זאָלן אויסדריקן מײַן בענקשאַפֿט, מײַן ליבע, מײַנע פֿאַרלוסטן, און דורך מיר די טויזנטער-טויזנטער לעצטע װערטער, צוגעמאַכטע טיר, לעצטע קושן און דײַן לעצטן בליק, מאַמע, פֿון דײַן פּאָרטרעט, װען דײַן דינער שמײכל האָט זיך פֿאַרװאַנדלט אין אַ טרויעריקן לעצטן בליק.

האָב איך הײַנט דערמאָנט דעם ערשטן סעפּטעמבער פֿון יאָר 1939. דער סעפּטעמבער, װעלכער האָט געענדערט דעם סדר פֿון דער װעלט. דער סעפּטעמ- בער, װעלכער האָט פֿאַריתומט אונדזער פֿאָלק אויף אייביק. די סעפּטעמבער-זון, װעלכע האָט פֿאַרברענט טרוימען, אַ גאַנג אין לעבן, און געענדערט דעם מענטש. איז מײַן ליד נישט מיט גראַמען. איז מײַן ליד נישט מיט מוזיק. ס’איז אַ ליד פֿון װערטער, דערמאָנונגען, בילדער, געדאַנקען און געפֿילן. געפֿילן װעגן סעפּ-טעמבער פֿון אַ יאָר, װאָס די װעלט װיל עס פֿאַרגעסן און מיר װילן עס איר דערמאָנען. מײַן סעפּטעמבער-ליד – דער אויסגעשרײ פֿון װײ און פּײַן. און די גאָלדי-קע סעפּטעמבער-זון, װעלכע װעט אונדז באַלײַכטן די נײַע סעפּטעמבערס: מײַן ליכטיקע זון – פֿאַרראַט אונדז נישט אויפֿסנײַ. געדענק, אויב דו קענסט געדענקען