A Cruise to Greece in Yiddish.. And You Can Be Part of It!

690 268

קומט פֿאַרברענגען מיט אונדז
די ניטל־וואַקאַציעס אין גריכנלאַנד

פֿונעם 28סטן דעצעמבער 2018 ביזן 3טן יאַנואַר 2019 אָרגאַניזירט דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער בשותּפֿות מיט .Othermusic e. V די ערשטע אייראָפּעיִשע ייִדיש־וואָך. עס וועט זײַן אַ געלעגנהייט צו פֿאַרברענגען אַ וואָך וואַקאַציעס מיט ייִדישיסטן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער, וואָס וועלן זיך אַלע צונויפֿקומען אויף איין וואָך אין סוניאָן (גריכנלאַנד).
דער ציל איז הנאה צו האָבן און זיך אויסרוען – אויף ייִדיש !
יעדן טאָג וועט מען האָבן עטלעכע אַקטיוויטעטן וואָס מע וועט קענען אָנטייל נעמען אין זיי אויב מע וויל – אַניט וועט מען אויך קענען שפּאַצירן אויפֿן ברעג ים צי אין שטעטל, מאַכן עקסקורסיעס מיט אַנדערע ייִדישיסטן אין דער שיינער געגנט אָדער סתּם זיצן מיט חבֿרים און כאַפּן אַ שמועס (אויף ייִדיש אַוודאי !).

מער פּרטים קענט איר געפֿינען דאָ
https://www.yiddishweb.com/marathon/

דאָ קענט איר זיך פֿאַרשרײַבן
https://www.helloasso.com/associations/maison-de-la-culture-yiddish-bibliotheque-medem/evenements/-2

אויב איר האָט ווײַטערדיקע פֿראַגעס קענט איר שרײַבן אויף דעם אַדרעס
marathon@yiddishweb.com