די ליטעראַרישע ירושה פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט

1024 604 מיכאל קרוטיקאָוו

מיט זיבעציק יאָר צוריק איז אינעם ניו־יאָרקער „איקוף‟־פֿאַרלאַג אַרױס דאָס זאַמלבוך „אױף נײַע װעגן: דרײַסיק יאָר סאָװעטיש־ייִדיש שאַפֿן‟.

דאָס בוך באַשטייט פֿון העכער װי פֿיר הונדערט זײַטן און איז כּולל איבער הונדערט װערק אין פֿאַרשידענע זשאַנערס פֿון 67 סאָװעטיש־ייִדישע מחברים. אין דער הקדמה האָט דער פֿאַרלאַג מודיע געװען אַז „דער גאַנצער מאַטעריאַל […] איז צונױפֿגעשטעלט, סיסטעמאַטיזירט און צוגעגרײט געװאָרן צום דרוק דורך אַ ספּעציעלער קאָמיסיע פֿון ייִדישע שרײַבער בײַם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט אין מאָסקװע‟. צום סוף פֿון דער הקדמה האָט דער פֿאַרלאַג באַמערקט: „דער מאַטעריאַל פֿאַר דעם זאַמלבוך איז צונױפֿגעקליבן געװאָרן און צוגעגרײט געװאָרן צום דרוק צוריק מיט אַן אַנדערהאַלבן יאָר, זומער 1947. דער אַלמאַנאַך ‘אױף נײַע װעגן’ האָט געזאָלט דערשײַנען מיט אַ יאָר צוריק, אָבער מחמת פֿאַרשײדענע מניעות דערשײַנט דער זאַמלבוך ערשט איצט, אַ יאָר נאָך דעם װי ער האָט באַדאַרפֿט דערשײַנען.‟

דער פֿאַרלאַג האָט ניט דערקלערט, װאָס פֿאַר אַ מניעות האָבן געשטערט דער פּובליקאַציע פֿונעם אַלמאַנאַך, אָבער מן־הסתּם איז מען שױן געװען געװּױר, אַז דער ייִדישער אַנטיפֿאַשיסטישער קאָמיטעט, װי אױך אַנדערע ייִדישע קולטורעלע און עפֿנטלעכע אַנשטאַלטן, איז סוף 1948 ליקװידירט געװאָרן. אַ צאָל פֿון די מחבירם, װאָסערע װערק זײַנען אַרײַן אינעם זאַמלבוך, זײַנען שױן אַרעסטירט געװאָרן, אַנדערע האָט מען אַרעסטירט מיט אַ פּאָר חדשים שפּעטער. אין 1952 האָט דאָס געהײמע סאָװעטישע געריכט פֿאַרמישפּט די באַרימטע ייִדישע שרײַבער פּרץ מאַרקיש, דוד בערגעלסאָן, לײב קװיטקאָ, דוד האָפֿשטײן און איציק פֿעפֿער צום טױט.

אין אונטערשיד צו אַנדערע געריכט־פּראָצעסן איבער פֿאַרשידענע „שׂונאים פֿונעם פֿאָלק‟, װאָס סטאַלין האָט אַראַנזשינט אין די 1930ער יאָרן, איז דער מישפּט איבערן ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט פֿאַרבליבן אַ סוד, װאָס די סאָװעטישע מאַכט האָט אָפֿיציעל אַנטפּלעקט ערשט סוף־1980ער יאָרן. זינט דעם האָבן די היסטאָריקער דורכגעמאַכט אַ פּרטימדיקע פֿאָרשונג פֿונעם דאָזיקן געריכט, אָבער מען האָט עד־היום ניט אָפּגעשאַצט װי עס געהערט צו זײַן די קולטורעלע טעטיקײט פֿונעם דאָזיקן אַנשטאַלט. אָפֿיציעל איז דער ייִדישער אַנטיפֿאַשיסטישער קאָמיטעט געשאַפֿן געװאָרן אין 1942 װי אַ פּראָפּאַגאַנדע־אָפּטײל פֿונעם סאָװעטישן אינפֿאָרמאַציע־ביוראָ כּדי צו דערמוטיקן ייִדן אין אַנדערע לענדער צו שטיצן דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין דער מלחמה קעגן דײַטשלאַנד. דעמאָלט האָט מען אױך געשאַפֿן אַנטיפֿאַשיסטישע קאָמיטעטן פֿון פֿרױען און סלאַװישע פֿעלקער מיט ענלעכע צװעקן.

בהדרגה איז דער ייִדישער קאָמיטעט געװאַקסן און האָט איבערגענומען אַנדערע פֿונקציעס, אַזעלכע װי דאָס זאַמלען און פּובליקירן מאַטעריאַלן װעגן דעם חורבן אױף דער סאָװעטישער טעריטאָריע, דאָס אָרגאַניזירן הילף־טעטיקייטן פֿאַר ייִדן װעלכע קומען צוריק אױף די שטחים, װאָס זײַנען באַפֿרײַט געװאָרן פֿון די נאַציסטן, װי אױך די שטיצע פֿון דער ייִדישער קולטור, קודם־כּל ליטעראַטור און טעאַטער. דער ניו־יאָרקער צװײַג פֿונעם ייִדישן קולטור־פֿאַרבאַנד, „איקוף‟, האָט געדרוקט און פֿאַרשפּרײט די סאָװעטישע ייִדישע ליטעראַטור אין אױסלאַנד.

דער ייִדישער אַנטיפֿאַשיסטישער קאָמיטעט האָט אַרױסגעלאָזט די ייִדישע צײַטונג „אײניקײט‟, װאָס האָט געדרוקט רעפּאָרטאַזשן, דערצײלונגען און לידער װעגן דעם חורבן און דעם אױפֿבױ פֿונעם ייִדישן לעבן נאָך דער מלחמה. צװישן די מיטאַרבעטער זײַנען געװען ניט נאָר סאָװעטישע ייִדישע ליטעראַטן, אָבער אױך שרײַבער פֿון פּױלן, רומעניע, ליטע און לעטלאַנד, װאָס האָבן זיך געראַטעװעט פֿונעם חורבן אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, אַזעלכע װי אבֿרהם סוצקעװער, חיים גראַדע, רחל קאָרן און אַנדערע. „אײניקײט‟ פֿאַרבלײַט אַ װיכטיקער און עד־היום װײניק דערפֿאָרשטער מקור פֿאַר דער חורבן־געשיכטע.

אָבער נאָך װיכטיקער, און נאָך װײניקער דערפֿאָרשט, זײַנען די מאַטעריאַלן, װאָס זײַנען פֿאַרבליבן ניט פֿאַרעפֿנטלעכט, מער אין אוקראַיִנע. ער איז אַרומגעפֿאָרן איבער די אָקערשט באַפֿרײַטע שטעט און שטעטלעך און פֿאַרשריבן זײַנע אײַנדורקן. די רעדאַקציע האָט אים געבעטן, ער זאָל שיקן װאָס מער פּרטים און פֿאַקטן מכּוח ייִדישער העלדישקײט בעת דער מלחמה און װעגן דעם בײַטראָג פֿון ייִדן אין אױפֿבױען די סאָװעטישע װירטשאַפֿט נאָך דער מלחמה. הײַנט קלינגט קאַהאַנס טאָן מגוזמדיק אָפּטימיסטיש, װען ער שרײַבט למשל: „איך האָב באַזוכט פֿיל שטעט און שטעטלעך פֿון אוקראַיִנע. אומעטום האָב איך געזען, װי אַזױ מענטשן שטעלן אױף מיט גרױס באַגײַסטערונג די װירטשאַפֿט, די קולטור, זײער גאַנץ לעבן.‟

https://forward.com/yiddish/433368/the-cultural-legacy-of-the-jewish-anti-fascist-committee/

AUTHOR

מיכאל קרוטיקאָוו

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: מיכאל קרוטיקאָוו

Leave a Reply

Your email address will not be published.