אַמאָל, מיט טויזנטער יאָרן קריק, האָט מען סוכּות־צײַט אין ארץ־ישׂראל געטאַנצט לכּבֿוד דעם גערעטעניש, אָבער אין מיטל־עלטער, אין גלות, איז דער פֿריילעכסטער יום־טובֿ געווען שׂימחת־תּורה, דעמאָלט ווען מע לייענט די לעצטע סדרה פֿון חומש און מע הייבט אָן גלײַך לייענען פֿון ס’נײַ, פֿון בראשית. לויט דעם „ספֿר טעמי־מנהגים‟ טוט מען אַזוי, כּדי דער שׂטן זאָל נישט קענען ברענגען אַ טענה צו גאָט: „זע ווי די ייִדן האָבן אויפֿגעהערט צו האַלטן טײַער די תּורה.‟
שׂימחת־תּורה איז אַ יום־טובֿ מיט עטלעכע אוניקאַלע אַספּעקטן אין דער ייִדישער טראַדיציע. טאַנצן איז געוואָרן אַ צענטראַלער מנהג אין אַלע ייִדישע שטעט און שטעטלעך. עס קען זײַן, אַז חסידות האָט דאָס אײַנגעפֿירט, ווײַל לויטן בעל־שם־טובֿ זענען די טענץ אַזוי ווי תּפֿילות צו גאָט. ווען מע טאַנצט שוועבט די שכינה אַרום דעם עולם. ס’איז אויך דאָס איינציקע מאָל ווען מע לייענט די תּורה אין אָוונט, און, אין מיזרח־אייראָפּע, האָט מען געלאָזט די מיידלעך און ווײַבער אַרײַנקומען אין דער מענערישער שיל צו זײַן נעענטער צו דער תּורה און זי קושן. אינעם מאָלדאַווישן שטעטל פּאָדעלוי, שרײַבט י. קאַראָ, זענען די מיידלעך געשטאַנען אין צוויי רייען בײַ די זײַטן און געוווּנטשן יעדן איינעם: „דערלעבט איבער אַ יאָר מיט דער גאַנצער משפּחה‟. אין אַ סך זכרונות געדענקט מען ווי איין טענצער אין דער קהילה האָט מיט זײַנע טענץ געמאַכט אַ רושם אויף אַלעמען. אינעם שטעטל גאַרוואָלין איז איינער אַרויף אויף אַ טיש און געטאַנצט מיט אַ קרענצל ציבעלעס אַרום זיך. מענער, וואָס זענען געווען שעמעוודיק אַ גאַנץ יאָר און קוים אַרויסגעלאָזט אַ וואָרט, זענען שׂימחת־תּורה געוואָרן גוואַלדיקע זינגער און טענצער פֿאַר דעם איינעם טאָג.
מע האָט פֿאַרקויפֿט די עליות און דאָס געלט האָט געדאַרפֿט שטיצן די שיל אויף אַ גאַנץ יאָר. אָבער דערבײַ האָט מען זיך געקריגט און קאָנקורירט. „קיין פֿלייש אָן ביינער איז נישטאָ,‟ שרײַבט קאַראָ. חיים שויס („דאָס יום־טובֿ בוך”) גיט צו, אַז געוויינטלעך האָבן די זעלבע ייִדן אין שיל אַ חזקה געהאַט פֿון יאָר צו יאָר אויף „זייערע‟ עליות.
Read More: https://forward.com/yiddish/433357/why-we-dance-on-simchas-torah/
Leave a Reply