דאָנערשטיק, דעם 21סטן נאָוועמבער, איז די טאַלאַנטירטע אַקטריסע אַנאַבעלאַ יעקבֿ, אַוועק אין דער אייביקייט אין תּל־אָבֿיבֿ. זי איז געווען 78 יאָר אַלט.
אַנאַבעלאַ, וואָס האָט אָפֿט אויפֿגעטראָטן מיט דער ייִדישער טעאַטער־טרופּע „ייִדישפּיל‟, האָט אַ מאָל געשפּילט צוזאַמען מיטן ייִדישן קאָמיקער שמעון דזשיגאַן.
מיט אַנאַבעלאַן האָב איך זיך באַקענט ווען איך בין געקומען אין ייִדישפּיל מיט מײַן ערשטער פּיעסע, „האָטעל אַמעריקאַנאַ‟. נאָך דעם האָב איך געהאַט דעם זכות צו אַרבעטן מיט איר אין אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס „די צוויי קונילעמל‟, שלום־עליכמס „דער פֿאַרכּישופֿטער שנײַדער‟ און „אַ יריד פֿון געלעכטער‟, און לודוויג לעוועסאָנס „די ווײַבערישע קניפּלעך‟. אָבער בײַ מיר איז די וויכטיקסטע ראָלע וואָס מיר האָבן געשאַפֿן צוזאַמען דווקא געווען די קליינע ראָלע פֿון דער קעלנערין אין דער פּיעסע „קינדער פֿון שאָטן‟ פֿון בן ציון תּומר.
Leave a Reply